ווי א וואלקענע האט געטראסקעט אויף די זאליס ווען זיי זענען געוואור געווארן דעם יו"ט אז קהל יטב לב דסאטמאר האט איבער געשריבען ליגאל די דיעד פון די סאטמאר ביהמ"ד אויף סאוט 8, אויף די נאמען פון די צענטראלע קהלה קהל יטב לב, 163 ראדני סט.
איצט זענען די אהרונים די פולע ליגאלע בעל בתים אפען בנין פון קהל יטב לב דסאטמאר סאוט 8.
די זאליס קענען נישט צו זיך קומען, פון דעם געוואלדיגער זיג און שריט פון קהלתינו הק'.
עס איז תשעה באב על גבי תשעה באב ביי די זאליס, זיי ווייסן נישט מה יולד יום וואס די נעקסטע מינוט ערווארט זיי.
יא און נאכמאל אזוי קוקט מען אויס, ווען מען מען וויל נישט בשום אין אופן זיך שטעלן צו דין תורה.
נשלח ב-27/9/2010 05:52
לויט די פלענער וואס די זאליס האבען געהאט האט די אלטע שול געדארפט בלייבן די נערוו צענטער פין די ביהמ''ד
אין די נייע בילדינג וועט נאר זיין די היכל הביהמ''ד,
ד''מ אז די מקוה, שטובלעך, עזרת נשים, ביה''כ וכו' וועט בלייבן אין אלטען שול
אין פין די נייע לאט וועלן זיי נאר ניצן פאר די שבת'דיגע שול מיט א הויכע דאך
אין מען וועט ענדיגען אויפברעכן די וואנט פין די יעצטיגע שול ס'זאל דינען פאר א גאלערי פאר די דיינע שול
אין אלע אנדערע שטאקען וועט זיין דירות צו קאווערן די גרעסטע חלק פין די טייערע לאט
די נייע לאט האט זיי געקאסט א ספעציעל הויכע סכום ציליב דעם וואס זיי האבען עס געקויפט פין איינעם וואס איז נישט קיין שומר שבת אין ער האט דאס פארקויפט אויפן מארקעט פרייז ווי פאר דעוואלפער פאר לוקסוס אפארטמענטס,
די זאליס זענען מורא'דיג ווילד אויף די דיעד טרענפר אין סטראשען נקמה אויפן שטייגער ווי חאמאס אין חיזבאלא
(ווער עס האט געזעהן זייער בחורים פארענט פין זייער רבי'ס הויז האט געזעהן א דוגמא פין א אויפגעהעצטע אראבישע יוגענטליכע {להבדיל})
הגזלן האט שוין פאררופן א מיטינג ערב סוכות (נישט א שלעכטע צייט...) וועגן די דיעד, געוויסע מקורות זאגען אז זיי זענען אפגעמאכט פה אחד אז די ארונים האבען א דין ווי א ''רודף'' אין מעג טוהן וואס מען קען צו ראטעווען די נכסים {''פארשטייט זיך - חוץ דין תורה''} - א הימל שרייענדע סטעיטמענט וואס רעדט פאר זיך אלע מיני רציחה גייט ווערן מותר פאר די חיזבאלא קווינס בחורים,
זייט געווארענט
איך בין נייגעריג אויב ר' חיים קלמן גוטמאן איז געווען ביי די מיטינג אין וואס זיי ריאקציע איז געווען אויף דעם.
ואנחנו בשם ד' אלקינו נזכיר כו' ד' הושיעה וכו'
נשלח ב-27/9/2010 04:23
נו, סך הכל פארבלייבן די לוזערס מיט א ווייבער שול אויף סאוט 8....
איך האלט אז זיי קענען שוין אפקויפן א הויז נעקסט פונעם ביהמ"ד החדש אויף ווילסאן אדער אויף ראסס פאר א ווייבער שול.....
און בקרוב אויף אנדערע פראפערטיס וואס איז געגזל'ט געווארן פון קהל יטב לב פאר צען יאר צירוק וד"ל..... אחוץ אויב זיי זענען גרייט זיך צושטעלן צו דין תורה.
אגב, איין קשיא צו די זאליס:
איר מוזט זיין אזאנע אומבארשרייבליכע שטאקיגע פערדן צו קאמענטירן אזעלכע הבלים וואס עטס שרייבטס אין ענקער קווינס פארום! איר געדענקט נאך ווען די בית החיים איז געבליבן ביים אלטן???
איר האט שוין פארגעסן ווי עטס האטס פאר יו"ט געדארפט בעטן רשות פון קהל ארויסצונעמען ענקערע ברענטשעס???
איר האט שוין פארגעסן ווי עטס זענטס געשטאנען ווי לוזערס נעכטן נאכט פארענט פון ביהמ"ד החדש און העסקן ר' אברהם רובין האט אייך געשיקט פון איר זענט געקומען???
(אויב יא דאן געט א קוק אויף ראדני סטריט ווי די בענק וועלכע זיצן שוין דארט זינט מוצאי יום הקדוש שימלען אוועק אויף די גאס.....)
יעצט הייבט אן שרייען חיי שעה... קרימינעל.... קהל גייט נעמען שריט....
שריט אין קאפ אריין קומט צו דין תורה, און הכל על מקומו יהי' בשלום!!!
נשלח ב-27/9/2010 03:39
לכאורה איז דאס נישט קיין שטארקע געוואונס. ווייל זיי האבן יעצט געבויט א נייע ביהמ"ד דערנעבן. און דאס גייט זיין די ווייבער שול