ווערט געזוכט זמנים פון די כתיבת ס"ת
אין א פרישער פראווו צו ברענגען מענטשן און עקשאן אין ראדני אויף שמחת תורה, האבן זיי פראקלימירט א גרויסארטיגען "הכנסת ספר תורה" אויף שמיני עצרת...
אצינד הערשט גרויס אויפברויז ביי די חלה דעקלעך הלמאי מ'מאכט פורים פון זיי.
וואס איז? עס איז אנדעקט געווארן אז מ'האט ארויסגענומען א אלטע ס"ת פון ארון הקודש און מ'גייט אים אנטוהן א נייע מענטעלע...
נישט קיין וויץ! שטעלט אפ א זאלי און פרעגט אים ווען און ווי דער כתיבת אותיות קומט פאהר!
אין ראדני איז אצינד ארויף א צעטיל אז (למפרע) איז דער כתיבת אויתיות פאהרגעקומען ממחרת יום הקדוש, קיינער ווייסט אבער נישט ווען און ווי...
קודם האט געהייסן אז די ס"ת ווערט אריינגעגעבן דורך די "חברה קדישא ד'פאלאק'ס" אבער מ'האט שוין דאס אויך געקענסעלט, אצינד איז "הרוצה בעילום שמו" געווארען דער נדבן...
ששו ושמחו בשמחת הפורים...
|
|