היסטארישע חרפות אין ראדני סוכות תשע''א
פין אישי, {מיט מיינע הגהות}
די בושות היי יאר ראדני זענען איבערגעשטיגען פי כמה סיי וועלכע פריעדיגע יאר
היי יאר זענען מענטשן מער געקומען קוקען זיין שול, נאכען באקאנטען פליק וואס ער האט געכאפט אז ער קען נישט ניצן די ראסס סט' שול פאר די פיקטשער טיש
מענטשן זענען אריינגקומען ביי די הקפות אין נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעהן
פינקט ווי די ארונים מיטשענען זיך מיט פלאץ אין פראבירן אלע וועגן וויאזוי מ'זאל קענען אריינשטופן נאך שטיי פלעצער ביי די הקפות פראבירן זיי מיט אלע וועגן איינצוצויען זייער שול אין אנפולן מיט סטארעזש אין דורכגענג,
די סטעיזשעס זענען ממש געווען די געלעכטער ביי אלע ציקוקער אין די בחורים העכער 16 יאר וואס זענען געקומען האבען זיך געשעמט צו שטיין דערויף
אויב איז די מאפע פין לעצטע יאר געווען פורים איז היי יאר געווען אסאך ארגער ווען האלב בית שני איז געוווען פיל מיט סטארעזש אין די פאליש איז ווייטער געווען גענצליך פארמאכט, אין אויף צפון איז געווען ברייטע דורכגענג אינטער די סטעיזשעס.
ישעי' קרויס'ס זון האט היי יאר ווידער געמאכט די קאלירפולע פראפאגענדע בלעטעל מיט אינסטראקשאנס ווי די בחורים וועלן מעגן שטיין אין אז אויף מעריב וועלן נאר קינדער מעגן שטיין אינטער די אויפזיכט פין מלמדים, מיט הבטחות אויף ממתקים
(ער האט שוין עקספירעיעס פין די פארמאכטע בלוץ בלעטעל אין די פיקטשער אויסגאבע וואס זיי האבען ארוםגעשיקט פאר יו''ט)
זענדיג ווי ער האלט האט ער ביי נעילת החג אויך געמיזט ניצן די סטעיזשעס (דאס מיינט אז שבועות האט ער שוין געהאלט לכאורה א גרעסרע טיש ווי מוצאי שמחת תורה.)
די דעפרעסיע איז גערונען פין אלע נעזער, אין די נאכווייען קען מען נישט פאראויס זאגען.
ג'גנב'ט א בית מדרש אין עס ברענגט אים נאר בושות....
 |
|
|