די בושות היי יאר ראדני זענען איבערגעשטיגען פי כמה סיי וועלכע פריעדיגע יאר היי יאר זענען מענטשן מער געקומען קוקען זיין שול, נאכען באקאנטען פליק וואס ער האט געכאפט אז ער קען נישט ניצן די ראסס סט' שול פאר די פיקטשער טיש מענטשן זענען אריינגקומען ביי די הקפות אין נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעהן פינקט ווי די ארונים מיטשענען זיך מיט פלאץ אין פראבירן אלע וועגן וויאזוי מ'זאל קענען אריינשטופן נאך שטיי פלעצער ביי די הקפות פראבירן זיי מיט אלע וועגן איינצוצויען זייער שול אין אנפולן מיט סטארעזש אין דורכגענג, די סטעיזשעס זענען ממש געווען די געלעכטער ביי אלע ציקוקער אין די בחורים העכער 16 יאר וואס זענען געקומען האבען זיך געשעמט צו שטיין דערויף אויב איז די מאפע פין לעצטע יאר געווען פורים איז היי יאר געווען אסאך ארגער ווען האלב בית שני איז געוווען פיל מיט סטארעזש אין די פאליש איז ווייטער געווען גענצליך פארמאכט, אין אויף צפון איז געווען ברייטע דורכגענג אינטער די סטעיזשעס. ישעי' קרויס'ס זון האט היי יאר ווידער געמאכט די קאלירפולע פראפאגענדע בלעטעל מיט אינסטראקשאנס ווי די בחורים וועלן מעגן שטיין אין אז אויף מעריב וועלן נאר קינדער מעגן שטיין אינטער די אויפזיכט פין מלמדים, מיט הבטחות אויף ממתקים (ער האט שוין עקספירעיעס פין די פארמאכטע בלוץ בלעטעל אין די פיקטשער אויסגאבע וואס זיי האבען ארוםגעשיקט פאר יו''ט) זענדיג ווי ער האלט האט ער ביי נעילת החג אויך געמיזט ניצן די סטעיזשעס (דאס מיינט אז שבועות האט ער שוין געהאלט לכאורה א גרעסרע טיש ווי מוצאי שמחת תורה.)
די דעפרעסיע איז גערונען פין אלע נעזער, אין די נאכווייען קען מען נישט פאראויס זאגען. ג'גנב'ט א בית מדרש אין עס ברענגט אים נאר בושות....
נשלח ב-5/10/2010 02:34
אויך צו דערמאנען די ליצנות פון די קעלבעך, ווען לבן פערלשטיין האט אריין געגבען אן אלטע ספר תורה וואס מען האט בלויז גענומען פון ארון הקודש און געטוישט די מענטעלע.
פארשטייט זיך אז קיין כתיבת האותיות איז נישט געווען.
און זאליס האבן געשריבען אז הרוצה בעילם שמו האט עס מנדב געווען...
זעהט אויס אז דאס איז דער זעלבער הרוצה בעילם שמו וואס האט געווינען די וויקאציע גורל, פאר ווער עס האט געגעבען געלט פאר פאלאקס לאט, און עד היום שטייט נישט ווער עס האט געווינען דער גורל.
נשלח ב-6/10/2010 22:42
כאפט א שמייכל ווי דער פה מפיק שרייבט מיט זיין קעציל ניק צו דערפרייען זיינע חברים אז די פארענטשעס אויף מזרח זענען געווען ביז די וואנט.... (חוץ די צענדליגער יודן וואס זענען געקומען צו די הקפות קען אים קיינער נישט אפפרעגן) ער ווייסט נישט אז אויפן פראפגאנדע בלעטל שטייט שוין אז דארט ליגען בענק פאר די ''אלטע...'' אידן
נשלח ב-7/10/2010 01:07
יוסף90 פארענטפרט זיך אין בחדרי אז הו''ר ביינאכט פראוועט ר זלמן די טיש 4 אזייגער פארטאגס
וועגן דעם איז עס אזוי אויסגעשפילט....
ניין איך פארשטיי בכלל נישט, טאמער עס וועט זיין אפאר חברה וואס וועלען זאגן למשל אויף קאזניצער רבי פון קיעפ סט אז ער געהאט אפאר טויזענט מענטשן ביי די הקפות, וועט אויך זיין דא צענדליגע אשכולות אויפציווייזן וואס פארא לוזער ער איז, אין ער האט נאר צוואנציג דרייסיג מענטשן? דאס אז ענק דארפן אזויפיל אויפווייזן, אין שרייבן אזויפיל וואס פאר א לוזער זלמן לייב איז דאס ווייזט דאך קלאר אז ער איז גאנץ פיין מצליח אין ער שטייט ענק ווי א דארן אין אויג. פארשטאנען?
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/10/2010 18:01:33
נשלח ב-8/10/2010 19:38
ווען ער וועט קומען אין דין תורה אין צירוקגעבן אלע בילדינגס אין וועט זיך עפענן אליייןס זיין קרעמל וועט קיינער נישט זיין פארנומען מיט אים (אפי' די זאלי'ס.... וד''ל)
ניין איך פארשטיי בכלל נישט, טאמער עס וועט זיין אפאר חברה וואס וועלען זאגן למשל אויף קאזניצער רבי פון קיעפ סט אז ער געהאט אפאר טויזענט מענטשן ביי די הקפות, וועט אויך זיין דא צענדליגע אשכולות אויפציווייזן וואס פארא לוזער ער איז, אין ער האט נאר צוואנציג דרייסיג מענטשן? דאס אז ענק דארפן אזויפיל אויפווייזן, אין שרייבן אזויפיל וואס פאר א לוזער זלמן לייב איז דאס ווייזט דאך קלאר אז ער איז גאנץ פיין מצליח אין ער שטייט ענק ווי א דארן אין אויג. פארשטאנען?
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/10/2010 18:01:33
(1 קאזניץ איז נישט אונזער בר פלוגתא )2 ווען קאזניץ שרייבט אז זי האבן געהאט 20000 מענטשן וועט עס קיינער נישט גלייבן. אבער ווען איינער וואס רופט זיך סאט מאר שרייבט עס מאכט עס סענס. )3 לשיטתך איז אין 03 אמעריקע געווען אין די אדמה. ווייל זייהאבן געעפנט א מעכטיגע פי אר קאמפיין קעגן דעם אפגעריסענעם כוסעין. איז טאקע כוסעין געווען אזוי שטארק ווי אמעריקע? לשיטתך יא. ווייל אמעריקע האט חוזק געמאכט פון אים. איך האף אז דו פארשטייסט ווייל איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין יעצט
נשלח ב-8/10/2010 20:49
טאמער פארשטיי איך גוט זאגסטו אזוי, דער גאס האלט אז ר' זלמן לייב האט טויזענטער מענטשן, פארוואס? ווייל זיי מאכן גוטע פי אר, קומען די ארונים אין וועלען ארבייטן יארן לאנג אויווערטיים, אויפצוווייזן דעם אמת אז ר' זלמן לייב האט באמת נישט קיין מענטשן, פארשטיי איך גוט?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/10/2010 23:41:50
נשלח ב-8/10/2010 22:50
כמעט גוט. די גאס ווייסט אז סאטמאר האט טויזענטער חסידים. ווילן די זאליס אז די וועלט זאל מיינען אז עס איז צוטיילט האלב אויף האלב. פרובירן די ארונים צו ווייזן אז עס שקר. יעצט האסטו פארשטאנען?
נשלח ב-17/10/2010 23:41
ראשונות משכחת האחרונות
די נייעס פין די אויסגעשפילטע הקפות איז שוין אראפ פין טיש - די זאלי'ס אטעמען שוין אפ, די סטעיזשעס זענען שוין אוועקגעלייגט, די איבריגע פעקלעך פאר די קינדער וועט מען זיך א עצה געבן, די אטאקע ביים באגלייטען אויף די פאליציי איז שוין פאראיבער, וכו'
אבער עמיצער האט מיר געשיקט א קליפ פין די נעילת החג וואס וואלט כדאי געווען צו פאוסטן
ווי באקאנט האבען די זאלי'ס ארומגעשיקט דורך זייער PR אין JDN פיקטשערס נעטווארק אין שפעטער אויך ארויפגעלייגט אויף זייער ענגלישער וועבזייטל אין די יודישע מאגעזינען (דארט ווי ער באצאלט ''10 טויזענט דאללער'' בעצם יום הפורים) עפעס מאדנע בילדער
ווי עס האט אויסגעקוקט ראדני אפאר הינדערט פיס לאנג (ווער עס קען זאל עס פאוסטן) אזש די שול האט שוין באלד אויסגעקוקט גרעסער פין די ראס סט' שול
פין די קליפ אבער זעהט מען אבער א מין מיספארשענדעניש וואס איז סותר פין די בילדער,
פארשטייט זיך אז דאס איז געכאפט געווארען דורך א זאלי, פין די אויבן אן אינטערן דער שטריק'ס בענקל, נאר מושים סיבה האט מען עס נישט געקענט ניצן פאר JDN, עס איז געכאפט פין די נעילת החג ביי די קלימאקס, עס איז מערקבאר די טערדישענאל מנהג אנצוהאלטן די ברייטע טיש אינטמיטן
קוקט אויף די ''מיליאנען אין גיגאנטישען ראדני שול''