"איך ווייס נישט פארוואס די זאליס זענען נישט עקסייטעד" דאס זענען די ווערטער פון ספין מייסטער און בדחן שמואל ווידער ווען ער האט זיך אויסגעוויינט פאר יצחק ראזענבערג אויף דעם אהרונישן דורכפאל ביים פרובירן צו פארכאפן בעלות אויפן סאוט אכט ביהמ"ד.
ווי באקאנט האבן די אהרונים בשתיקה ובגניבה פרובירט איבערצושרייבן דעם דיעד פון סאטמאר ביהמ"ד אויף סאוט אכט צו זייער בעלות, ווען די הויפט שפילער זענען געווען משה יוסף ווערטהיימער וזוגתו אסתר און אברהמי רובין (וזוגתו?..). פאר קהל יטב לב איז מיט גרויס סייעתא דשמיא באצייטענס אנגעקומען די שמועה אז די אהרונים גרייטן זיך אויף די גניבה, און האבן דאס ב"ה אפגעשטעלט, אבער נישט איידער די חלה דעקלעך האבן אריינגעכאפט א חסדי השם טאנץ אויף די הויעכע טענער.
אויפן זעלבן וועג וויאזוי דער פלאן פון די גניבה איז אנדעקט געווארן איז יעצט נתגלה געווארן דער מהלך וויאזוי מ'גייט ספינען די אקסן די וואך אין בלאט.
מיר וועלן איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' שמואל ווידער יר"ה וואו ער געט איבער דעם טרויעריגן באריכט פאר יצחק ראזענבערג, און וויאזוי מ'וועט דאס דעקן אין בלאט:
און א חיזוק מעסעדזש וואס די אהרונים האבן היינט ארומגעשיקט שטייט אז היינט ווען מען לכאורה נאר דן זיין אין געריכט ווער עס זאל זיין דער ריכטער אויף דעם קעיס, און דא אויף דעם טעיפ רעדט דאך שוין שמואל מיט אזא זיכערקייט ווער דער ריכטער איז, און אז ער איז אפילו א ארטאדאקסישער איד וכו'
SatmarLive: After 10 years already Zalis not coming to Din Torah our Rushie Kehila are working hard to get back deed of South 8 Biem"d 2original owners>
משה פאלקאוויטש האט היינט געזאגט אין זיין פיש געשעפט און פלעטבוש אז ביז אפאר טעג וועלן די ארונים האבן דעם סאוט אכט בית המדרש.
נשלח ב-8/10/2010 04:16
אויב שטייט איר אזוי גוט. דאן וואס איז פשט פון די צעטל וואס איז געהאנגען אין סאוט 8 היינט. אז מען זאל מתפלל זיין אז ווערטהיימער און רובין זאלן נישט קענען אויספירן זייערע פלענער? די ארונים קענען דאך שוין גארנישט טון? דאכט זיך מיר אז ביים ביה"ח קאורט איז נישט געווען אזא צעטל. מיינט דאס אז יעצט האט איר נאך קלענערע שאנסן?
נשלח ב-8/10/2010 03:24
למעשה זעט אויס אז שמואל האט זיך דערזען מיטן ספין אינדערויסן, האט ער קיין ווארט נישט געשריבן אין בלאט. נעבעך.
נשלח ב-6/10/2010 23:28
איינער רעדט זיך דא באמת איין אז יצחק ראזענבערג דארף אנצוקומען צו שמואל ווידער צו הערן די נייעס פון די קאורט?
יצחק איז געווענדליך דארט, אויב נישט ער, איז זיין זוהן דארט.
מ'הערט אויף די טעיפ ווי אזוי שמואל "דערציילט" פאר יצחק ווער דער שופט איז. יצחק ראזענבערג ווייסט נישט ווער די שופט איז?
יצחק רעדט נישט צו די לויערס צו הערן ווי אזוי עס איז געווען? ער דארף צוקומען צו שמואל ווידער?
און בדרך אגב וועגן שמואל. איך האב אמאל גערעדט צו דער זקן מרדכי לאנדא פון קרית יואל. און איך האב אים געזאגט אז שמואל וויל ווערן אזוי ווי סענדער דייטש. זאגט ער מיר: איך האב געקענט סנדר דייטש, שמואל איז אסאך קליגער פון אים.
נחזור לעינינו. ווער עס טראכט אריין אינעם טעיפ, זעהט אז עס איז געפעלשט פון אנהייב ביזן סוף. (אפשר האט דאס גאר שמואל ווידער ארויסגעשיקט כדי מ'זאל זיך איינרעדן אז ער איז נאך די מכניס ומוציא ביי יצחק ראזענבערג)