| נשלח ב-7/10/2010 06:21 |
|
| |
ממלא מקומו וממשיך דרכו אויפן זעלבען פלאץ יארן שפעטער

|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 06:22 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 06:24 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 06:58 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 22:41 |
|
| |
נאר די חילוק איז אז חוץ פון געציילטע משתמשים בקודש (ווי משה גבאי) זענען די אלע מענטשן געווען די יאר אין הופפער, און ביי ענק זענען געווען די ווערמיגע און די קרעציגע.
צווישן די אויסוואל פון קרעציגע און ווערעמדיגע אין ראדני, און אלע חסידים נאמנים פונעם ברך משה ווי למשל משה פאלקאוויטש פון וומ"ס, משה כהנא פון ב"פ, יצחק ברוך ברוין פון מאנסי, אין הופער. שפיר איך זיך אסאך מער באקוועם אין הופפער.
אזוי ווי איך שפיר מיר מער באקוועם אין רחוב יונה אין ירושלים ווי איידער ביים כותל וואס דארט האבן אויך געדאווענט קדושי עליון פון אלע דורות.
אויב דו ביסט באמת א חסיד פונעם ברך משה. א שאד אז דו ביסט נישט געווען אין הופפער די יאר. איך האב געהערט פון עטליכע מענטשן, די פלאץ האב איך שוין פאר 22 יאר, פאר 18 יאר, פאר 20 יאר וכו'. יא טאקע, יודעלע וויינשטאק מיט משה גבאי וכת דיליה האבן געפעלט, אבער גלייב מיר, איך בענק זיך בכלל נישט. האלט דיר מיט זיי אין ראדני.
און איך זעה אז דו שרייבסט מקום שהתפללו בו רבותינו, זאג נאר, די ספר משה היה רועה האסטו אינדערהיים, אדער פלוצלינג איז ער נישט דיין רבי??
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 23:04 |
|
| |
A1 מיר שטאלצירן מיט די ערליכע אידן וועמען עטץ רופטס אן די קרעציגע ווערמדיגע
אין עטץ מיט די בליטיגע שלעגערס ווי משה כהנא ובדומה לו.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2010 00:35 |
|
| |
חדשות!
איך בין געווען אין ראדני, און געהאט זכיה צו הערן די פייערדיגע'דיגע דברי התעוררות פון רבינו מהרי"י שליט"א, אידן זענען נתעורר געווארן אין דעם הייליגן טאג פון הושענא רבה, אויף דעם זעלבן פלאץ ווי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און אויף דעם זעלבן פלאץ ווי רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האבן געטאן זייער עבודת הקודש אום הושענא רבה. - די בילדער וואס מען האט דא געלייגט זענען זייער פאסיג, פאר די וועמען עס איז אינטרעסאנט צו קוקן.
עס דאכט זיך מיר אז ער האט בכלל נישט גערעדט פון הופער, און נישט געמאכט קיין חילוקים, ממילא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו ווילסט.
קיין קרעץ אדער ווערים האב איך אין ראדני נישט געזען, דעם פאלקאוויטש כהנא און ברוין טאקע אויך נישט. אבער דעם רבינ'ס הייליגער זון, זיין ממלא מקומו, כ"ק רבינו שליט"א איז יא געווען אין ראדני, און צו אים בין איך געגאנגען, (אז ר' משה גבאי אדער אנדערע משמשים זאלן נעקסטע יאר גיין קיין הופער, גיי איך ווייטער גיין קיין ראדני צום רבי'ן שליט"א).
איך האב קיינמאל נישט געהערט אין ברך משה'ס צייטן, אז איינער איז געקומען צום רבי'ן ווייל פאלקאוויטש כהנא און ברוין דאווענען ביי אים... אבער גיי ווייס זעט אויס אז די אהרונים זענען א מאדנע פאלק, זיי גייען קיין הופפער וועגן פאלקאוויטש כהנא און ברוין...
אזויפיל קען איך דיר יא זאגן אז אינגאנצן אויף צרות זענען מיר אויך נישט, ביי אונז האבן געדאווענט: איצקאוויטש, גרינפעלד, שווארץ, טייטלבוים, בערקאוויטש, לעווי, מאשקאוויטש, מיטטעלמאן, פאזנער, דאסקאל, מענדלאוויטש, כ"ץ און פריעדמאן, וועלכע זענען אויך פיינע אידן, זיי ווייסן אויך וויאזוי צו האלטן די ד' מינים אין די האנט, און וויאזוי צו לאזן א טרער הושענא רבא.
דער בוך "משה היה רועה" האב איך נישט אינדערהיים, און ער איז מיין רבי אן דעם אויך! איך בין יוצא מיט'ן לערנען דעם ספר "ברך משה", וואס איך האט טאקע באקומען במתנה פון רבי'ן בעל ברך משה זי"ע אליין!
דער "משה היה רועה" איז פול מיט סילופים, הגם ס'איז דא דארט אינטרעסאנטע זאכן אויך. ווען דער ציל וואלט כאטש געווען צו באשרייבן שיין דעם ברך משה, וואלט איך עס יא געקויפט, אפילו ער וואלט אריינגעווארפן דא דארט זיינע אהרונישע שטיק, אבער ווען ס'איז מכלומר'שט א באשרייבונג פון ברך משה, און ס'איז אפען בולט אז דער גאנצער בוך איז געצילט פאר פאליטיק צו באשרייבן רא"ט, נישט דעם ברך משה, איז עס סתם עקלדיג, אפילו ס'איז דא שיינע זאכן דערין אויך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2010 05:17 |
|
| |
| ברךמשהחסיד כתב: |  | חדשות!
איך בין געווען אין ראדני, און געהאט זכיה צו הערן די פייערדיגע'דיגע דברי התעוררות פון רבינו מהרי"י שליט"א, אידן זענען נתעורר געווארן אין דעם הייליגן טאג פון הושענא רבה, אויף דעם זעלבן פלאץ ווי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און אויף דעם זעלבן פלאץ ווי רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האבן געטאן זייער עבודת הקודש אום הושענא רבה. - די בילדער וואס מען האט דא געלייגט זענען זייער פאסיג, פאר די וועמען עס איז אינטרעסאנט צו קוקן.
עס דאכט זיך מיר אז ער האט בכלל נישט גערעדט פון הופער, און נישט געמאכט קיין חילוקים, ממילא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו ווילסט.
קיין קרעץ אדער ווערים האב איך אין ראדני נישט געזען, דעם פאלקאוויטש כהנא און ברוין טאקע אויך נישט. אבער דעם רבינ'ס הייליגער זון, זיין ממלא מקומו, כ"ק רבינו שליט"א איז יא געווען אין ראדני, און צו אים בין איך געגאנגען, (אז ר' משה גבאי אדער אנדערע משמשים זאלן נעקסטע יאר גיין קיין הופער, גיי איך ווייטער גיין קיין ראדני צום רבי'ן שליט"א).
איך האב קיינמאל נישט געהערט אין ברך משה'ס צייטן, אז איינער איז געקומען צום רבי'ן ווייל פאלקאוויטש כהנא און ברוין דאווענען ביי אים... אבער גיי ווייס זעט אויס אז די אהרונים זענען א מאדנע פאלק, זיי גייען קיין הופפער וועגן פאלקאוויטש כהנא און ברוין...
אזויפיל קען איך דיר יא זאגן אז אינגאנצן אויף צרות זענען מיר אויך נישט, ביי אונז האבן געדאווענט: איצקאוויטש, גרינפעלד, שווארץ, טייטלבוים, בערקאוויטש, לעווי, מאשקאוויטש, מיטטעלמאן, פאזנער, דאסקאל, מענדלאוויטש, כ"ץ און פריעדמאן, וועלכע זענען אויך פיינע אידן, זיי ווייסן אויך וויאזוי צו האלטן די ד' מינים אין די האנט, און וויאזוי צו לאזן א טרער הושענא רבא.
דער בוך "משה היה רועה" האב איך נישט אינדערהיים, און ער איז מיין רבי אן דעם אויך! איך בין יוצא מיט'ן לערנען דעם ספר "ברך משה", וואס איך האט טאקע באקומען במתנה פון רבי'ן בעל ברך משה זי"ע אליין!
דער "משה היה רועה" איז פול מיט סילופים, הגם ס'איז דא דארט אינטרעסאנטע זאכן אויך. ווען דער ציל וואלט כאטש געווען צו באשרייבן שיין דעם ברך משה, וואלט איך עס יא געקויפט, אפילו ער וואלט אריינגעווארפן דא דארט זיינע אהרונישע שטיק, אבער ווען ס'איז מכלומר'שט א באשרייבונג פון ברך משה, און ס'איז אפען בולט אז דער גאנצער בוך איז געצילט פאר פאליטיק צו באשרייבן רא"ט, נישט דעם ברך משה, איז עס סתם עקלדיג, אפילו ס'איז דא שיינע זאכן דערין אויך. |
|
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2010 06:36 |
|
| |
נאדיר, פארדינסט עס
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2010 19:21 |
|
| |
די ערשטע בילד איז נישט פון הושענא רבא, ס'איז פון חול המועד.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2010 19:50 |
|
| |
די בילדער רעדן אסאך און דערמאנט מיט בענקעניש גאר פיל!
עוד זכור נזכר לנו אהבת איתן אדונינו, מ'דערמאנט זיך צוריק די ליכטיגע צייטן בהלו נרו על ראשינו ווען רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז נאך געווען בתוכינו, עס קומט פריש ארויף אויפן זכרון זיין עבודת הקודש וואס ער האט אפגעראכטען אין אזא יו"ט סוכות די געוואלדיגע התעוררות ביי די נענועים, א הושענה רבא דרשה מיט אמת'ע בכיות היוצא מלב טהור, די הייליגע הקפות בשמחה עצומה און ביז די לעצטע יארן נאך געפראוועט באש קודש למעלה מכוחותיו וואס איז געווען א סימבאל ווי אזא אדם גדול און מנהיג ישראל פרייד זיך באמת מיט די הייליגע תורה,
מיטהאלטענדיג היי יאר די הייליגע הקפות און ביהמ"ד הגדול באותו מקום שהתפללו אבותינו ורבותיה"ק זי"ע במחיצת ממלא מקומם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט דאס הארץ געקוואלן פאר פרייד זעענדיג אז די אלפי אנ"ש ובראשם הגאוה"צ דייני קהלתינו הקדושות שליט"א - וואס זענען כהיום די גרעסטע און שטערקסטע דיינים ביי כלל ישראל -וואס האבן נאך זוכה געווען צו זיין מבית מדרשו של רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ולאחר הסתלקותו זענען אלע יארן ווייטער געשטאנען געטריי צו ממלא מקומו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און זיך מבטל געווען צו דעתו הקדושה אין אלע צייטן עד יומו האחרון ממש, אט דער ציבור שטייט ווייטער תחת דגלו והדרכתו פון מ"מ כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א כרצון קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
אשרי העם שככה לו!
 |
|
|
|
|
|