בית פורומים כל העולם כולו

א ניגון פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/10/2010 14:12 לינק ישיר 

יוסי'לע יפה דברת!

די ליבאוו'ס זענען א באנדע ליידאקעס, עם הארצים פון די ערשטע קלאס, א חוץ פון די פאר עלטערע איבערגעבליבענע און איבער 50 פערצענט זענען פסולי חיתון און אפשר נאך א סך ארגער ווי פסולי חיתון, וד"ל.



תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 11/10/2010 14:13:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 23:51 לינק ישיר 

איך וויל דא שטארק פארדאמען דעם פירוד לבבות וואס געוויסע מאכן דא, וואס איז פארקערט פון דעם אחדות מעסעדזש.

הגם ס'איז זייער פאפולער צו באשמוצן ליובאוויטש איז עס אבער א פאקט אז ליובאוויטש האט געהאלפן שלום מרדכי די גאנצע צייט און איז נאך אלץ זייער אינוואלווד. די ערשטע אנדערטהאלבן מיליאן דאלאר איז געקומען נאר פון ליובאוויטשער חסידים, ווען קיינער איז נאכנישט געווען אינוואלווד אינדרויסן פון ליובאוויטש.

נאך ליובאוויטש איז נישט געקומען סאטמאר נאר די ליטוואקעס וועלכע האבן גערעיזט דעם קומענדיגן דריי פערטל מיליאן.

ערשט דאן איז אריינגעקומען סאטמאר און זינט דאן ארבעט מען צוזאמען און מען רעיזט געלט ביי אלע שיכטן און קרייזן.

פאקטיש איז דער פאליטישער דרוק פון די אטוירני דזשענעראלס, פראסעקיוטארס און קאנגרעסלייט, און נאך אנדערע קריטישע פי אר אקטיוויטעטן דורכגעפירט געווארן דורך ליובאוויטשער עסקנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 07:05 לינק ישיר 

מיט גרויס ווייטאג מיז איך באשטעטיגן אסאך פון וואס דא שטייט.

ליידער ביי די האלצבערג קעיס ווייס איך פון די ערשטע האנט פון משפחת האלצבערג אז זיי האבן קיין פיאסטער נישט באקומען. און עס גייט נאך ווייטער, ר' נחמן האלצבערג, דער טאטע פון דעם שליח ר' גבריאל הי"ד, איז חדשים ארום געפארן איבער די וועלט שאפן געלט צו בויען א נייעם בית חב"ד דארט אין מומביי, און איז דעריבער געבליבן מחוסר לחם, מיינענדיג נעבעך אז מען גייט עם צואווארפן עפעס א מטבע פאר זיין געטרייע ארבעט לע"נ זיין זון. אבער וואס ווי ווען, ער האט געוויינט אז ער האט נישט קיין לחם לאכול און מען האט אים געלאכט אין די פויסטן (אפשר נישט ממש, אבער קיין פרוטה האט ער נישט באקומען. אזש ער האט זיך געבעטן ביי א סאטמארן פריינד זאל אים העלפן און מאכן א מסיבה צו שאפן געלט).

די זעלבע איז ביי רובאשקין, ווען זיי וואלטן ווען געטון, נאר א חלק פון וואס זיי קענען, וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען דארט ווי מען איז אנגעקומען, און זיי האבן מיטגעהאלטן מיט דעם קעיס גלייך פון אנפאנג. און אמת, דאס האט טאקע צוטוען טיילווייז מיט דעם וואס ר' שלום מרדכי האט זיך קיינמאל נישט פארקנעכטעט פאר זייערע פירער און גאטאנצן צו זייער טאקט, נאר האט אסאך, גאר אסאך, געטון פאר אידישקייט אויף די אייגענע האנט, און דעריבער זענען זיי געווען ברוגז אויף אים, אבער עס האט אויך געהאט צוטוען מיט דעם וואס זיי זענען פשוט נישט מחונך געווארן צו געבן געלט אויף אזעלכע זאכן, געלט גיט מען נאר פאר די פראפאגאנדע מאשין.

(צבי, איים סארי אויב איך טו דיר וויי)

און דער פאקט איז טאקע, אז נאר דערנאך וואס סאטמאר'ער עסקנים (יא, לשם שמים. און מער פון לשם שמים, עס האט זיי גאר געקאסט. האט איינער באמערקט אז דער שפאקטיוו האט פארפעלט 2 אויסגאבעס? דערפאר ווייל שמעון ראלניצקי איז ביזי געווען מיט העלפן רובאשקין) האבן זיך אריינגעלייגט האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו רוקן.

יא, איך האב פארגעסן, עטליכע יאר נאך וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן, ווען עס איז ארויסגעקומען די גילטי ווערדיקט (דאס איז געווען בערך פינף זעקס חדשים פאר די סאטמאר'ער עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם פרשה) האט מען אין ליובאוויטש דאס ערשטע מאל אנגעהויבן עפעס צו טוען. טראץ וואס דער ליטוואק פיני ליפשיץ האט שוין אפאר יאר געטאן אין דעם. און מיט די אלע זאכן, האט מען אין די גאנצע עטליכע יאר, געשאפן בערך א פערטל פון וואס די סאטמאר'ער עסקנים האבן געשאפן אין עטליכע חדשים.

און דאס איז טאקע די חילוק פון סאטמאר און ליובאוויטש, אין ביידע פלעצער שלאגט מען זיך איבער די חסיד'ישע פאליטיק, דא הייסט עס משיח'יזם אדער אנטי. און דא הייסט עס ארוני זלוני. נאר אין סאטמאר ווייסט יעדער אז דאס איז פאליטיק, און מען נעמט עס אויף מיט דעם ערנסטקייט וואס געהערט פאר פאליטיק, אבער ווען עס קומט צו אידישקייט, און העלפן א צווייטן איד, דארט ווערט ער אנגעצונדן מיט דעם אידישן פינק, און אין ליובאוויטש איז פונקט פארקער, ביים העלפן א איד, בלייבט ער קאלט, (איך מיין נישט אים אנטון תפילן, איך מיין אים גיבן "געלט") אבער דער אידישער פונק צינדט זיך אן ווען מען האט יא, אדער נישט, געשריבן אויפן רבי'ן שליט"א אדער נבג"מ. אדער יא, אדער נישט, געזאגט יחי דריי מאל נאכן דאווענען וכדו'............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 16:40 לינק ישיר 

גביר אדיר, אוי האסטו גוט געזאגט.

איין זאך איז ווערט צו שרייבען. די ליבאוויטשער (דאכט זיך) האבען קיינמאל נישט געהאט קיין אייגענע שחיטה, טשיקען און בהמה פלייש.

רובאשקין האט גענומען זייערע שוחטים און זיי געגעבען א אייגענער אפאראט פון פלייש און דאס איז דער "מתן שכר" וואס ער האט פון די יונגטשעס באקומען! איגנארירט מיט קידוש לבנה אותיות.

די ליבאוויטשער שוחטים (קלים ורקים) האבען פארשווארצט זיין גאנצע ביזנעס (בנוגע כשרות ביים היימישען עולם) און קיין כשרות ארגאנעזאציע האט אים מער נישט געקענט העלפען צוליעב דעם. כאטש ער איז געווען דער גרעסטער אבער נאר ביי פשוט'ן המון עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 15:52 לינק ישיר 

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 22:58 לינק ישיר 
a documentary film on rubashkin

* width="640" height="390"><*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2011 22:58 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 02:25 לינק ישיר 
NEW VIDEO

New Music Video Being Released in Advance of Rubashkin Documentary
A new music video shows exclusive footage from Rubashkin's Game Plan, the long awaited documentary film focusing both on the Rubashkin case and dual reaction of anger and solidarity from the Jewish community following the harsh sentence handed down in the case.

The song, titled Yedid Nefesh, features an original composition by Danny Finkelman performed by Bentzi Marcus of 8th Day and Dovid Dachs. Yedid Nefesh features footage of the events that led up to the miscarriage of justice that is known as the Rubashkin case: Rubashkin's first arrest on charges of violating immigration and child labor laws, the largest immigration raid ever conducted in the United States at the Postville, Iowa Agriprocessors plant and Sholom Mordechai Rubashkin's second arrest on charges of financial fraud, resulting in an unusually harsh sentence of twenty seven years in prison.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 02:25 לינק ישיר 

* width="700" height="386"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 02:25 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 22:29 לינק ישיר 

* width="700" height="386"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 22:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א ניגון פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext