בית פורומים באבוב

תחיית המתים אין באבוב 48

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/10/2010 07:00 לינק ישיר 
תחיית המתים אין באבוב 48


כ'האב היינט געזעהן עטליכע פרישע ארויפגעלייגטע קליפס, פון האדמו"ר הרב"צ מבאבוב סוכות און שמח"ת, צוגעשריבן אז דאס איז היי יאר תשע"א, 5771, כ'בין אבער געווארן שאקירט, אז צו די פולע מעלות וואס כ'ווייס 48 איז באשאנקאן, האבן זיי נאך איין מעלה, נישט מער און נישט ווייניגער זיי זענען גאר מחיה מתים!!!

יא איר ליינט גוט, "מחיה מתים", אויפן קליפ וועלכע איז באצייכענט אלס 5771 תשע"א, זעהט מען הרה"ח ר' שאול הוטערער ז"ל שפילן פידל, פילע אנדערע אידן, וועלכע זענען שוין נישט בין החיים אדער נעבעך עלטערע נישט געזונטע אידן וואס זענען ליידער כלוא בבית א גאנץ יאר, זעט מען שטיין אין א געהעריגן געזונט צושטאנד,זיצען ביים טיש, אדער טאנצען מיט א ספר תורה. אויך זעהט מען פילע אידן וועלכע האבן שוין לאנג פארלאזט דעם ביהמ"ד (און געפינען זיך היינט ביים אנדערן באבוב) זעהט מען זיי דאס יאר תשע"א גאר טאנצען ביי די הקפות אין 48 כאילו לא היה. (לפלא אז מען האט זיי נישט אנגעשלאגען מיט מכות און ארויסגעווארפן, כנהוג)

אבער נאכן פרובירן צו דערגיין וואס דא גייט פאר, בין איך עטוואס קלוגער געווארן, און  כ'בין געוואויער געווארן, אז די קליפס זענען גארנישט פון דאס יאר, נאר פון פינעף יאר צוריק תשס"ו. (וואס דעמאלטס, פון אנפאנג, האט זיך דארט נאך געפינען א גרויסער ציבור, וואס איז דערנאך געווארן פוחת והולך).

און היות דאס יאר, איז נישט געוועהן קיין עולם ביי די טישן און הקפות, וואס טוט מען, נישט געזארגט, ס'איז דא אן עצה, מען לייגט ארויף אויף די אינטערנעט (יו טוב, און מה נשמע), די ווידיאוס פון פינעף יאר צוריק און מען שרייבט אז דאס איז פון 5571, איין זאך האבן זיי אבער פארגעסן אז מען זעהט אידן נפטרים שהלכו לעולמם ע"ה ווי ר' שאול ז"ל ועוד, און די איבריגע אידן וועלכע האבן שוין פון לאנג פארלאזט זייער קהילה.

ביי די זיבעטע הקפה זעהט מען ווי הרב"צ טאנצט מיט הרח"ד בלום, וואס איז נישט פארגעקומען דאס יאר.
אזא פנים האט מען ווען מען פעלטשט.

 

 http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?&p=15363






תוקן על ידי אויפגקלערט ב- 08/10/2010 07:03:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2010 16:55 לינק ישיר 

ר' שאול הוטערער מאכן זיי לעבעדיג און פיניע אייזן צושלאגן זיי.

וואס האט מען דארט געגעבן צו עסן דעם יו"ט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > תחיית המתים אין באבוב 48
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext