היינט איז פארגעקומען די ערשטע קאורט זיצונג בנוגע דעם דיעד וואס די אהרונים האבן גע'גנב'ט פון קהל יטב לב אויף סאוט 8 ביהמ"ד.
צום ערשט איז מען אנגעקומען צו ריכטער רחלסמאן וואס האט זיך אנטזאגט פון נעמען דעם קעיס, נאך וואס ער איז נאנט פארבינדען צו די אהרונים'ס לויער גאלדבערג. די צדדים זענען איינגעגאנגען אויף א הסכם צו גיין צו ריכטער שמידט, און די אהרונים האבן געטענהט אז דאס איז די זעלבע קעיס ווי גאנץ סאטמאר, און קהל האט געטענהט אז דאס איז א פרישע קעיס אויף דעם גניבה פונעם דיעד. די אהרונים האבן שווער געארבעט אז דער ריכטער זאל אראפנעמען דעם TRO אויף דערווייל, אבער דער ריכטער האט זיי אפגעווארפן.
דיטעילס ווייס איך נישט, אבער איך ווייס קלאר ער איז געווען ביי ביידע
נשלח ב-1/12/2010 04:35
איך האב אויך געהערט דערוועגן אבער ווי עס זעהט אויס איז עס שקר.
נשלח ב-4/11/2010 02:45
אמת!
איך האב דאס געהאלטן בסוד ביז יעצט, צוליב דעם וואס די סוד איז שוין סיי ווי ארויסגעקומען וועל איך יא רעדן דערוועגן, כל העולם קומט קודם איך וועל באלד זיין צוריק
South 8th court u/d: Today was scheduled a hearing, but Judge Schmidt pushed it off to a later date, will notify the exact date after Nov 25
נשלח ב-13/10/2010 23:54
"געלעכטער", פארגעס נישט נאכאמאל צו זאגן "איך האב קיינמאל נישט געשפילט זאלוני, ...."
דו ביסט נעבעך אזוי פארטומלט..
נשלח ב-13/10/2010 23:43
אפדעיט פון היינטיגן טאג אין קאורט: דער ריכטער שמידט האט געזאגט אז ער האט נאכנישט באשלאסן צו ער נעמט דעם קעיס, ער וויל נאך קודם אריינקוקן טיפער אינעם קעיס צו איז דאס די אלטע קעיס צו דאס איז א נייע.
דער TRO בלייבט נאך ב"ה אלץ אין עפעקט, למרות רוחם פון די גנבים.
פארוואס זאל ער פסקען דערויף ווי ביי די סאטמארע קעיס? עס איז דאך נישט אויפן נאמען קיט"ל?עס איז נישט אזוי פשוט סיי די ארונישע זייט פון קאורט און סיי די זאלונישע זייט עס איז מסתמא נישט די טענות וואס מען שמועסט דא אויף הייד פארק. ימים ידברו...
נשלח ב-10/10/2010 19:57
אלא מאי? אינגאנצן משוגע איז ער דאך נישט!
נשלח ב-10/10/2010 05:06
די גאנצע זאך איז עפעס פארנעפעלט. אז ווערטהיימער האט פאריגעס מאל פארלוירן דאן פארוואס זאל ער יעצט וועלן וויטער גיין מיטן אלטן קעיס? נאך א זאך - האלט עטץ דען נישט אז סוף כל סוף וועט דער ריכטער זאגן אז דאס איז א המשך פונעם קארט וואס די ארונים האבן אריינגעברענגט - און פארלוירען? ער וועט דאס לכאורה ארויסשליידערן פונקט ווי אלע פריערדיגע קעיסעס ווייל אלעס וועט צוריקקומען מיטן תירוץ פון רעליזשעס אישו אפילו מען וועט טענה'ן עס איז א "דיעד" אישו אבער מיר האבן שוין געזען ביים בית החיים אז אפילו א א.ג.רעלידזשעס אישו פסקנ'ן זיי אויך נישט נאר העכסטענס שיקן צו דין תורה (אזאך וואס דאכציך מיר אז זיי קענען נישט צווינגען)