בעט'ס פאר די דרייסיג אפליקאציעס צו ווערן אנגענומען און די "גרעסטע" חסידישע ישיבה
פונעם קינדער פארום "אידישע געדאנק" - פירושים מיותרים
ישיבה גדולה דסאטמאר קרוב צו 900 בחורים כ"י ישיבה גדולה דסאטמאר וואס האלט זיך אויף אין דעם גיגאנטישן נייעם בנין אין גלענדעיל נ.י. האט אנגעהויבן היינט דעם נייעם זמן מיט בערך 850 בחורים כן ירבו, נאך בערך דרייסיג אפליקאציעס זענען דערווייל אין די לופטן און דארף ביז סוף וואך אנטשידן ווערן צו זיי וועלן האבן דעם גוט מזל צו ווערן נתקבל.
דאס איז א מספר וואס א סאטמארער ישיבה האט נאך קיינמאל נישט געהאט, און איז לכאורה די גרעסטע חסיד'ישע ישיבה אויף דער וועלט, און דאס איז טראץ וואס פילע אפליקאציעס ווערן יעדן זמן אפגעווארפן, און בחורים וואס פירן זיך נישט אויף לויט די ישיבה'ס פארשריפטן ווערן נישט געדולדעט, און די בערך 150 חתנים וואס זענען ארויס דעם זמן זיך גרייטן צו זייערע חתונות בשעטומ"צ.
ורוח הקודש אומרת: כן ירבה וכן יפרוץ, יגדיל תורה ויאדיר.
|
|