בית פורומים כל העולם כולו

בנ"י שיקט ארויס "מכתב גלוי"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/10/2010 22:08 לינק ישיר 
בנ"י שיקט ארויס "מכתב גלוי"

זייט נישט ברוגז, איך האב ערשט יעצט ערהאלטן דעם קונטרס וועגן סידור קידושין.
און איך מוז זאגן דעם אמת, כ'בין היפש אנטוישט פון זיי. ווייל אז זיי ברעכן זיך און ענטפערן שוין זאל עס זיין עפעס זאכליך נישט איבערקייען די זעלבע אלטע שטותים פון וויזשניץ און סקול דיסטקריקט. ס'וואלט געווען אסאך קלוגער פון זיי צו איגנארירן, ווייל אז דער נער איז שטיל מיינט דאך אז ער איז קלוג און האט עפעס א גוטס צו ענטפערן...

די איינציגסטע זאך וואס איז א שטיקל טענה איז אז ר' געציל איז א איינציגער קעגן אסאך.
(די תירוץ דערויף "דומ"ץ דמתא" איז אביסל א שוואכער תירוץ, ווייל אין דער אלטער היים האט מען אייביג געזעהן אז פרעמדע רבנים האבן גענומען א שטעלונג אין א צווייטע שטאט. און די טענה "פעיראל דיינים", איז דאך שייך ביי ביידע).
נאר למעשה קען מען זאגן אז ס'איז דאך געווען ביים דיין'ס דרשה אנוועזנד אלע רבני הקהלה, איז כאטש זיי האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט -חוץ ר' בנציון לאוב וואס האט יא געהאלטן א דרשה, אבער א צעטיל האט ער אויך נישט גע'חתמ'עט- אבער מיט זייער דארט זיין איז עס ווי א הסכמה (כאטש מען קען זיך דינגען דערויף, ווייל אונטערשרייבן אויף א צעטיל איז זיכער מער ווי זיין ביי א אסיפה, אבער דאך קען מען שוין נישט זאגן אז עסאיז א יחיד ורבים)


תוקן על ידי שלמהווייס ב- 10/10/2010 22:31:56




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2010 23:19 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון וועלכע תשובות דו רעדסט, אויב ס'איז מעגליך ביטע צייכען מיר אן א מראה מקום.

אבער דאס איז דער מציאות אז אינדערהיים  האבן זיך אייביג פרעמדע רבנים אריינגעמישט, עיין בספר מלחמת מצוה בדבר המחלוקת הידוע בסיגוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2010 01:38 לינק ישיר 

אזעלכע געהויבענע שטותים צו רעדן

 

דער הייליגער חתם סופר און דער נודע ביהודה איז דא באקאנטע תשובות ווי זיי האבן זיך אפגעהאלטן צו פסק'נען באתרא דמר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בנ"י שיקט ארויס "מכתב גלוי"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext