| נשלח ב-11/10/2010 19:20 |
|
| |
וועט זיך וויליאמסבורג אמאל ארויסזען פון דעם שאק?...
וויליאמסבורג איז שאקירט, וואו מ'דרייט זיך און מען גייט זעט מען מענטשן שפאצירן אויף די גאס האלב שיכור, הונקעדיג און היבש קעקעצדיג. הלמאי, וויליאמסבורג איז דעם פארגאנגענעם שב"ק געקומען אונטער שאק מיטן עפענונג פון דעם נייעם אהרונישן שול אויף סקילמאן סט. און דערווייל זעט זי זיך נישט ארויס דערפון...
באמת איז דאס טאקע א שאק, אז נאך צען יאר וואס די אהרונישע גרופע פינקציאנירט שוין איז דאס דער "ערשטער" בנין וואס זיי האבן אויפגעבויעט פון סקרעטש אין וויליאמסבורג (חוץ סאוט אכט וואס זיי האבן ארגינעל געבויעט מיט זייער געלט, און זיי האבן יעצט גערופן די הנהלת הביהמ"ד אין דין תורה אז זיי דארפן דאס פשוט צוריק --- נישטא ווער ס'זאל לאכן...).
אבער איידער מיר וועלן זיך קימערן מיטן שאק, און מיטן פראכטפולקייט און פראקטישקייט פון דעם רויען שול, וואלטן מיר געקענט באשטיין צו וויסן וויפיל אידן האבן געדאווענט דארט דעם שב"ק. אויפן פארק האט איינער געשריבן מיט פאטאס אז בערך 500 אידן האבן דארט געדאווענט, ווידעראום יואל לאנדא האט געשריבן אויף די טעקסט מעסעדזשעס אז איבער 1000 אידן האבן דארט געדאווענט, קען מיר דאס איינער קלאר מאכן?
און יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר היראים, ער זאל איבערפעיסטן מיינע ווערטער אין כל הנערים און צולייגן א שטיקל הקדמה (פון אישי פארשטייט זיך....) אז די זאליס שעלטן געפערליך אויף דעם שול, והא ראי' די בילדינג אינספעקטארס זענען בכלל געקומען אונטערזיכן דעם שול, ווען אין אמתן גייען זיי קיינמאל נישט קוקן א פלאץ פאר זיי געבן א פערמיט.
איך ווייס נישט צו די זאליס שעלטן, אבער איך פערזענליך אלץ מתפלל פון דעם סאטמארן ביהמ"ד אויף מוירטל עוו. בין איך זייער פרייליך מיטן עפענונג פון ענקער שול, אזוי ארום אז דער געדרענג ביי אונז וועט אביסל פארמינערט ווערן בעזר השם. און נאך א זאך וואס איך טראכט אז די זאליס קענען שעלטן איז דאס אז הירצקא צוויבל גייט זיין דער רב דארט. נעבעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 20:20 |
|
| |
האסט פארגעסן צוויי פוינטס.
איינס אז די 1000 מתפללים זענען מערסטענס תושבי השכונה
צווייטענס אז סאיז דא פלאץ פאר קרוב צו 60 מתפללים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 20:32 |
|
| |
יעצט פארשטייסטו דאס געלעכטער ווען מען שיסט פלעין נומבערס, ביידע צדדים האבן דעם זעלבן פנים, און זיי מאכן זיך צו לייטיש געלעכטער, 1000 מתפללים, 900 בחורים, ביידע האבן דעם זעלבן פנים, איך האלט מען זאל זיך אראפ זעצן פארהאנדלען, אויב די זאליס געבן נאך פון זייערע בחורים וועלן די אהרונים נאכגעבן פון זייערע מתפללים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 20:38 |
|
| |
משה'לע, די זאליס זאגן אלע אז עס זענען דא אכט הונדערט מיט עפעס בחורים. ווייטער ביי די אהרונים איז דא חילוקי דעות, אויפן פארק שרייבן זיי 500 און אויף די טעקסט מעסעדזש 1000.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 20:54 |
|
| |
א געוואלדיגע סתירה צעווישן היידפארק און טעקסט מעסידזשעס, מורא'דיג!!! אפשר וועט דער רשב''א פארענטפערן די סתירה, עפעס גלייב איך אז דארט ביי די אהרונים זענען געווען 500 מענטשן, טאקע ווייל ווען עס איז דא 500 שרייבט מען טויזענט, און ביי די זאליס אויב וואלט באמת געווען 800 וואלט עמעצער געשריבן 1600, אבער לכל הפחות אריבער טויזענט...
אבער ערענסט גערעדט, שרייבן ציפערן איז שטותים מיט הבלים, און זיך צו טענה'ן וועגן דעם איז נאך נארישער, און דאס אלעס וואס איך האב געשריבן, קען זיין אז די זאליס האבן טאקע 800-900 , זאל זיי וואויל באקומען, אבער זיך ארום טענה'ן מיט נומבערס וואס קיינער קען במילא נישט איבערווייזן איז קינדיש און נאריש.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 21:55 |
|
| |
ביידע צדדים זענען א באנטש אוו בעיביס
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 00:35 |
|
| |
סענאטאר. ממש אזוי? די בילדינג דעפט. קומט אייביג אראפ אפאר מאל א טאג ווילאנג די ארבייט גייט אן??? וועם ווילסטו פאפן אז עס זענען נישט געווען הונדערטער מסירות???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 15:52 |
|
| |
האק נישט אין טשייניק, בילדינג דעפט איז נישט אראפגעקומען אפאר מאל א טאג, זיי קומען דארט נישט מער ווי עני אנדערע קאנסטראקשען סייט
|
|
|
|
|