שלמה
דאס איז שוין א אלטע דעבאטע וואס איך האב געזעהן אין זאלי פארום פאר אפאר חדשים צוריק, זיי האבן שוין אויך מודה געווען אז ס'איז גארנישט מיט נישט, סך הכל א לץ האט דאס דיזיינט און דער עולם דעסקאסט עס..
נאר איין קשיא, האסטו שוין אמאל געזען סיי וואספארא מוסד, זאל עס זיין די שוואכסטע, זאל זיך האבן געעפנט מיט א וועבסייט?...
און נאכדערצו נאר אויף דעם סייט באשטייט דאס...
לויט מיין מיינונג איז דאס אדער איינער וואס האט געוואלט זעהן וואס דער עולם וועט זאגן דערצו, און לויט דעם גיין ווייטער, אדער סתם א לץ, און וויל זעהן ווי דער עולם גולם גלייבט זיינע מעשות, און מ'טענה'ט זיך נאך, סיי וויאזוי, די זמן האט זיך אנגעהויבן אן די עפענונג פון די מוסד... קוקט אויס ווי ס'איז אראפ פון טיש
|
|