בית פורומים אידישע געדאנק

ווען דער קליינער וואקסט אויף הייוון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2010 21:05 לינק ישיר 
ווען דער קליינער וואקסט אויף הייוון

די אהרוינים זענען שוין 10 יאר פארנומען מיט מעסטן און וועגן וויפיל ר' זלמן לייב האט יא אדער נישט, זיי זענען פארנומען יעדעס יאר ביום הפורים מיט וויפיל מענטשן האבן מיטגעהאלטן די מגילה ביים קליינעם ברודער, זיי ברענגען אפילו א קליפ ווי מען זעט א קליינעם ציבור.

זיי פארציילן נישט פארן עולם אז מען ענדיגט זייער שפעט און אלע בחורים און אינגעלייט האלטן שוין לאנג אינמיטן זאמעלן געלט אין די הייזער פארן רבינס מוסדות אין צדקה קאסע. אויך וועלן זיי 'בטעות' נישט ברענגען א קליפ פון די מגילה ליינען צופרי ביי זייער רבי ווי די מצב איז אקוראט דאס זעלבע.

זיי ברענגען א קליפ פון טיש פורים ווי מען זעט א קליינעם ציבור ביים טיש

זיי פארציילן נישט פארן ציבור אז דאס איז די ערשטע 3 מינוט פון טיש און דאס איז אויך נאר נאכדעם וואס מען האט בכלל נישט געמאלדן פארן עולם ווען דער רבי קומט אריין. זיי וועלן פארשטייט זיך נישט ווייזן די קליפ'ס ווי מען זעט דעם זעלבן טיש 15 שפעטער געפאקט מיט הונדערטער שטריימעלך. זיי וועלן נישט ברענגען א קליפ פון זייער רביס טיש די ערשטע 3 מינוט בעצם יום הפורים...

זיי וועלן ברנגען א קליפ פונם טיש הושענא רבה ביינאכט ווי מען זעט א קליינעם עולם, און זיי וועלן ברענגען א קליפ ווי זייער רבי פירט א מעכטיגע טיש.

זיי וועלן אייך נישט פארציילן אז אין סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען א מצב פונם הושענא רבה ביינאכט טיש. און זיי וועלן אייך נישט פארציילן אז זייער רבי זיצט אפ גאנץ סוכות אין קרית יואל און נאר די הושענא רבה טיש ווען זיין עולם אין קרית יואל איז שוין זאט פון די טישן, פירט ער אין וו"ב... משא"כ דער ברידער פירט יא גאנץ סוכות אין וו"ב און לויפט נישט ארום כאפן גרויסע טישן...

איך וויל נישט אויסרעכענען דעם גאנצען רשימה ווייל איך וועלן זיצן גאנצע טעג און נישט פערטיג ווערן.

יעצט צום טיש אין וו"ב. די רבי פירט טיש וואך איין און וואך אויס אין וו"ב, עס זענען צוגעגרייט פלעצער פאר בערך 400 אידן, וואס דאס אליינס איז גאר אסאך אין סאטמארע נומערן, ווארואם דער הייליגער סאטמאר רבי האט עד יומו האחרון נישט געהאט קיין פארענטשעס ביי די טישן פרייטאג צו נאכט'ס טראץ דעם וואס סאטמאר איז שוין דאן געווען די ריז צווישן אלע חסידותן און טראץ דעם וואס די סאטמארע חסידים זענען געווען פארברענט פאר זייער רבי מער ווי ביי אנדערע חסידותן.

יעצט ווען מען נעמט די 150 אידן (בחורים מיט אינגעלייט) און מען שטעלט זיי אריין אין א פלאץ וואס עס איז צוגעגרייט פאר 400 וועט דאס אלעמאל אויסזען ליידיג. און צודעם קומט נאך צו די פאקט אז עס געפינען זיך ביים טיש אין א געווענטליגע שבת אריבער 300 אידן! מער ווי דאפלט פון וואס דער "גרויסער מעכטיגער" האט.

לייגט נאך צו צו דעם אז דער "גרויסער מעכטיגער" וואגט זיך בכלל נישט צו פירן טיש, נאר ער עסט מיט די בחורים צוזאמען אין די צייט וואס דער "קליינער" פירט טיש!

עס איז דא א באזונדערע אשכול וועגן די "טיש" פונם גרויסן מעכטיגן, ביטע באהאנדעלן דארט אלס וואס איז שייך אהין, דא זאל מען נאר שמועסן וועגן די וו"ב טישן.

אויך איז דא א באזונדערע אשכול וועגן די ישיבה גדולות ווי דער "קליינער" פארמאגט מיט בערך 300 בחורים מער ווי דער "גרויסער מעכטיגער".



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 02:30 לינק ישיר 

חי_שעה, טאמבס אפ! דיין אנאליז אויף ביידע איז מתוק לחייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווען דער קליינער וואקסט אויף הייוון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext