געהויבענע זמן אנגעהויבן אין מאנרא מתיבתא: פייער אין גרויסן שוהל
די בחורי מתיבתא דמאנרא האבן ב"ה אנגעהויבן דעם זמן מיט א פייערליכע געהויבענקייט, טאקע ממש ווי נאר זיי קענען באווייזן. און טאקע היינט נאכט האבן זיי שוין באקאנט געמאכט פאר אלע שטעטל איינוואוינער אז זיי זענען צוריק אין שטאט ווען א העליש פייער האט אויסגעבראכן אין גרויסן ווייסן שוהל אויף גארפילד רד.
די פאריגע צוויי זמנים זענען די בחורים געווען ביזי צינדן פייערס אין די בניני הישיבה, זעענדיג אז דער מעסעדזש קומט נישט אן האבן זיי זיך יעצט גענומען צום גרויסן שוהל.
לכאורה וועט ר' אהרן האלטן א דרשה מסביר זיין פונקטליך וויאזוי פייער ארבעט, אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער, אזוי ווי תשנ"ט זומער. כי תצא אש ומצאה קוצים, א פייער ברענט וכו'... איינער דענקט נאך?
|
|