בית פורומים כל העולם כולו

געהויבענער בין הזמנים אדורך אין קווינס מיטן אנצינדן א פייער ש"ת אין פלעטבוש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/10/2010 16:54 לינק ישיר 
געהויבענער בין הזמנים אדורך אין קווינס מיטן אנצינדן א פייער ש"ת אין פלעטבוש

עס איז יעצט אויפגעדעקט געווארן אז די פייער אין פלעטבוש דעם פארגאנגענעם שמ"ע ביינאכט וואס האט ליידער אפגעקאסט א יודיש נפש רח"ל. איז אינטערגעצינדן געווארן דורך די צופייערטע קווינס בחורים וואס האבן זיך דערזען מיט א שטילן בין הזמנים נאכן האבן א "שווארצן זומער"(כלשונם...) האבן זיי זיך אריבערגעכאפט קיין פלעטבוש (לכאורה ווייל אין וומ"ס האבן זיי נישט וואס צו זוכן ביי די הקפות) איןוועלנדיג האבן אביסל "פאן" האבן זיי אנגעצינדן א פייער. זעענדיג אז עס גייט גוט האבן זיי זיך נעכטן נאכט אראפגעלאזט אויפן ביהמ"ד הגדול בק"י און דארט געמאכט א פייער ביי די מקוה. ווי עס ווערט יעצט איבערגעגעבן וועט הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א האלטן א דרשה אז דאס איז געווען די נקודה פונעם רבין ז"ל (קיינער זאל נישט מיינען אז איך מיין עס ערנסט....) בערך אזא פנים האבן זייערע מעשיות יעצט די הודעה האט דער פרישער זאלי ווארטזאגער (לייען:בעקער) געשריבן אינעם קווינס פארום ליינט און האט הנאה...: געהויבענע זמן אנגעהויבן אין מאנרא מתיבתא: פייער אין גרויסן שוהל די בחורי מתיבתא דמאנרא האבן ב"ה אנגעהויבן דעם זמן מיט א פייערליכע געהויבענקייט, טאקע ממש ווי נאר זיי קענען באווייזן. און טאקע היינט נאכט האבן זיי שוין באקאנט געמאכט פאר אלע שטעטל איינוואוינער אז זיי זענען צוריק אין שטאט ווען א העליש פייער האט אויסגעבראכן אין גרויסן ווייסן שוהל אויף גארפילד רד. די פאריגע צוויי זמנים זענען די בחורים געווען ביזי צינדן פייערס אין די בניני הישיבה, זעענדיג אז דער מעסעדזש קומט נישט אן האבן זיי זיך יעצט גענומען צום גרויסן שוהל. לכאורה וועט ר' אהרן האלטן א דרשה מסביר זיין פונקטליך וויאזוי פייער ארבעט, אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער, אזוי ווי תשנ"ט זומער. כי תצא אש ומצאה קוצים, א פייער ברענט וכו'... איינער דענקט נאך?

תוקן על ידי פריינדליך ב- 13/10/2010 17:01:39




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 17:40 לינק ישיר 

אויב פלאנסטו צו עפנען א אשכול אויף יעדע בעקעריי פין די זאליס
לאז ביטע שוין וויסען

זיי דארפן דאס פאר אקסיזשין אין עס וועט אויפנעמען רוב אשכולות
(אז די ווילסט שטארק לייג עס ביי די אשכול פין די טעמע)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 22:40 לינק ישיר 


לכל הקהל הקודש הזה לויט געוויסע קראנטע אינפראמאציע איז דער פריינליך א זאלי וואס שפילט יעדער קען עס זען פון זיינע תגובות, ובעיקר ביי די סאוט 8 תגובות, יעצט כי רעה כי כלתה אליו יעדער האט געכאפט זיין ליגנט פראבירט ער צו מאכן אזעלעכע אשכולות, ביטע נישט ענפערן זיינע תגובות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 23:08 לינק ישיר 

איי אגרי, איך האב דאס שוין געטענה'ט אין אשכול פון סאוט 8! א יעדע 15 מינוט איז דא א פרישע תגובה פון אים (מיט די ניק), און נישט נאר ער נאר אויך האט ער נאך קאלעגן דא אויף כל העולם (עיין באשכול סאוט 8)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געהויבענער בין הזמנים אדורך אין קווינס מיטן אנצינדן א פייער ש"ת אין פלעטבוש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext