די צווי סאטמארער קהילות פון ר' אהרן פון וויליאמסבורג אין קרית האבן די לעצטע טעג אנגענומען א דראמאטישע באשלוס מיטן גרינדונג פונעם "ועד בית רבינו" וועלכע זאלן זיך באפאסן מיט יעדן שריט און באשלוס וואס דער רבי (ר' אהרן) איז דערמיט.
די נייע באשלוס איז א רעזולטאט פון פארשידענע פראבלעמען וועלכע עס איז אנשטאנען לעצטענס אינערהאלב די קהלה און ביים רבי'ן, ווי די באקאנטע סקאנדאל פונעם בריוו פון דוד עקשטיין קעגן מאיר הירש, און נאך ענליכע סקאנדלן, וואס דער הויפט פראבלעם איז געווען, אז חיים שלמה פישער איז געווען דער שליט יחיד דער איינציגסטער אינפארמאטאר פאר'ן רבי'ן, וועלכער האט נישט געהערט קיין צד השני.
לויטן פלאן וועט יעדע קהלה האבן פארשטייער אינעם "בית רבינו" ועד, און בהתייעצות פון אלע פארשטייער'ס וועט אנגענומען ווערן די באשלוסן.
חיים שלמה האט געמאלדן אז ער גייט זיך שלאגן מיט די באשלוס, און ער וועט נישט צולאזן אז עס זאל צושטאנד קומען, און ווי עס קוקט אויס וועט ער נישט בלייבן צולאנג און זיין דזשאב.
נשלח ב-18/10/2010 15:00
ברעקינג כתב:
אפדעיט:
בית רבינו האט זיך גענומען צו די ארבעט
בית רבינו איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע נגידים, וועלכע זיך צו אוועקנעמען די פארביטערטקייט אינערהאלב יעדע סאטמארער קהלה ווי דער ארטיגער ציבור איז אנגעגעסן אויף די לאקאלע הנהגה.
איצט האבן זיי אונטערגענומען רייע באשלאסן אין בני ברק צו שיצן די רעכטן פונעם באקאנטן מנהל ר' משה חיים ווייס וועלכע האט אויסצושטיין פון די יונגע חברי הנהלה.
מער איינצעלהייטן וועט נאכפאלגן
פון וואו רעדסטו?
פון וויליאמסבורג? האבן די ארונים אן אייגענע הנהגה
פון מאנסי? האבן די ארונים אן אייגענע הנהגה
אין ב"פ? האבן די ארונים אן אייגענע הנהגה
אין אזוי איז אין ק"י. לאנדאן. אנטווערפן. מאנטשעסטער. ב"ב. ירושלים. אויסטראליע. (טאקע 20/30 מענטשן אבער א שטיקל רב איז דא דארט) סא פון וואו רעדסטו"אנגעגעסן אויף די לאקאלע הנהגה"?
נשלח ב-18/10/2010 14:55
חוץ וואס דיינע ווערטער זענען זיך סותר מיני' ובי', וויילל משה חיים ווייס איז ענדערש די אלטע הנהלה אויף וועם דער עולם איז אנגעגעסן, ווי די נייע וואס בית רבינו סופארט, זעט מען אבער קלאר דיין ציל אז דו האסט עפעס א חשבון מייט משה חיים ווייס. דעטס איט!
נשלח ב-18/10/2010 13:45
אפדעיט:
בית רבינו האט זיך גענומען צו די ארבעט
בית רבינו איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע נגידים, וועלכע זיך צו אוועקנעמען די פארביטערטקייט אינערהאלב יעדע סאטמארער קהלה ווי דער ארטיגער ציבור איז אנגעגעסן אויף די לאקאלע הנהגה.
איצט האבן זיי אונטערגענומען רייע באשלאסן אין בני ברק צו שיצן די רעכטן פונעם באקאנטן מנהל ר' משה חיים ווייס וועלכע האט אויסצושטיין פון די יונגע חברי הנהלה.
מער איינצעלהייטן וועט נאכפאלגן
נשלח ב-14/10/2010 16:16
אה
אז די ביסט מודה אז עס איז דא א נייער וועד בית רבינו?
יעצט לאז מיר האפן אז פון "ועד בית רבינו" וועט שוין ווערן א "ועד הצלת רבינו"
נשלח ב-13/10/2010 20:16
יעצט לאז מיר האפן אז פון "ועד בית רבינו" וועט שוין ווערן א "ועד הצלת רבינו"
נשלח ב-13/10/2010 19:50
ווען די אהרוינים האבן געשפרינגען פאר שמחה פון יונה'ס פרישע באמבע כאילו ס'טוט זיך קולות אין ראדני צווישן פריעדמאן\יאקאבאוויטש\הירש, האב איך גלייך פארשטאנען אז עפעס אינערליכע מחלוקת'ן גייט אן אין זייערע אייגענע ראמען, ווען עס איז דא ביי זיי אזא פרשה, קומען זיי גלייך צו לויפן מיט פרישע געבעקסן קעגן די זאלי'ס, אבי נאר מען זאל נישט רעדן פון זיי...
דאס זעלבע האבן זיי געטון ווען עס האט אנגעהויבן ארומפארן די קליפ ווי מען זעט זייערע מתיבתא בחורים טאנצן ווי בעיביס אויפן גאס אינמיטן א גרינעם דינסטאג, זיי האבן תיכף אפירגעקראצט א אלטע קליפ ווי מען זעט א זיץ פון א אלטע קאר ברענען לעבן די וואלד אין קעמפ כאילו דאס צייגט אז די ישיבה גדולה טויג נישט, נעבעך.