נאך א שווערע טאג פון עבודת השם פרייען זיך די קליינע קינדער פון מתיבתא ד'מאנרא... צו זייער באס...
ציניקער זאגן אז די בחורים מאכן יעצט א הכנה פאר די חנוכת הבאסעס, לכבוד די נייע באסעס פון די KJ פאבליק סקול, עס טוט זיך נאך דערווייל אויף טישן אין בענק אויב מען זאל זינגען סתם באס אדער געלע באס, כדי נישט צו פארשעמען די פשוטע מאנרא באס וועמען מען דארף זייער וויכטיג האבן אויף שמחת תורה.
עצה טובה, אויב האט איר א בחור אין די יארן מאכט זיכער ער האט נישט קיין ציטריט צו YOUTUBE אדער אימעיל כדי די מאנרא בויעס זאלן אים נישט רייצן צו קומען מיטהאלטן זייער עבודת השם...
(יישר כח נפל!)
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 13/10/2010 20:48:41
נשלח ב-25/10/2010 06:19
חיי_שעה כתב:
בילד ארויפגעשטעלט דורך איינע פון די צענדליגע טוויטער גרופס וואס ווערן געפירט בין כותלי המתיבתא אין קווינס
יענץ איז סאך ערגער ווי די אקארשט ארויפגעלייגטע, עס איז דאך געווען ביטערע בזיונות פארט די באטרעפנדע.
נשלח ב-17/10/2010 17:53
אומזינסט, און וואס איז מיט די קליפ פון "אינזערע" בחורים ווי מזעהט יא פנימער וואס דיינע חברה האבען ארויסגעלייגט שוין הינדרעט מאל רויף היידפארק אין יוטוב???
איך דשאסטיפיי נישט קיין איינע פון די, איך האלט נישט פון ארויסלייגען אזאנע קליפס בכלל, אבער די עוולה דא איז א דיירעקטע ריזאלט פון ענקער ארבעט!
נשלח ב-17/10/2010 03:22
איך פארשטיי אלעס זייער גוט,
די פארשטייסט נאר נישט אז די גאס פארט אויף ביידע זייטן,
נשלח ב-15/10/2010 22:47
דו פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן ארויסגעבן קליפ'ס (וואס אגב אונזערע בחורים האבן עס אליין ארויסגעגעבן...) פון א ישיבה בכלליות אן קיין פנימ'ער, צו מפרסם זיין קליפס פון אומשולדיגע בחורים מיט פנימ'ער און נעמען אינדערזייט?
נשלח ב-15/10/2010 21:52
אודאי וויל איך נישט
מה דעלך סאני לחברך לא תעביד, פארשטייט עטס נישט נאר ווען עטס פילט עס אויף די אייגענע הויט,
אז עטס ענדזשויטס ענק מיט אויספרייסן א באמבע פון א פייער אין קווינס קעמפ, מיסטו פילן דעם טעם דערפון, נעקסט טיים וועסטו טראכטן מה דעלך סאני לחברך לא תעביד,
נשלח ב-15/10/2010 21:01
די עולה איז סתם ווייל דו וואלסט אויך זייער שטארק נישט געוואלט מען זאל פארשפרייטן קליפס פון דיר - בכלל, און אוודאי נישט בשעת דו ביסט עוסק אין ביטל היש...
נשלח ב-15/10/2010 20:50
סך הכל
דאס טאנצן איז נישט קיין עולה אויב אזוי וואס איז די עולה פון מפרסם זיין די בחורים וואס טוען נישט קיין עולה,
ווייטער די פייערס אין קרי מתיבתא איז לכל הדעות אן עולה גדולה, בפרט אינטערצינדן בנינים וואס הינדערטער בחורים קענען געשעדיגט ווערן,
פאברענען א קאר סיט איז ממש א באמבע וואס פארידנט העד ליין'ס אין די ניו יארק טיימס, דאס איז נאכנישט געהערט געווארן, זייט מ'האט פאברענט זושא געלבס קאר, און ר' אהרן האט געמוזט האלטן א דרשה אין קרי בית מדרש
נשלח ב-15/10/2010 20:16
חזקה איז הונדערט פראצענט גערעכט. און יעדער פארשטייט אז עס איז א חילוק צווישן טאנצן און מאכן פייערס. יעדער ווייסט אויך אז ביי די "לאנטש רום" פייער איז עס אום ווילנדיג ארויס פון קאנטראל. (לאפוקי ביי די דארמיטארי 2 מאל, איינמאל אינמיטן זמן, און איינמאל דעער לעצטער טאג פון זמן, וואס איז לכל הדעות געווען אונטערגעצינדן בכונה תחילה).
און אז די קענסט יא ספעלן, שרייבן געהעריג, שיין תחת שיין, פארוואס נאר מיט איין יוד?
תוקן על ידי שארטקאט ב- 15/10/2010 16:51:58
נשלח ב-15/10/2010 16:40
חזקה טייערער, קיינער האלט נישט אז עס איז עפעס א עולה צו טאנצן אימיטן א נסיעה, פיריאד, אבער זיי מודה אז פארברענען א זיץ איז אויך נישט די ערגסטע זאך אויף די וועלט.
איטערעסאנט איז אז ווען די רעדסט פון פארברענען א עס זאל איז עס ממש יחידים רוב ישיבה איז הייליג שבהייליג, אין ווען מען רעדט פונעם זיץ איז עס ממש א ישיבה פון חוליגאנעס.
א שאד זיך צו טענהען, דו ווייסט זייער גוט פארוואס דער קליפ ליגט דא, איך האב אין מיין באזיץ אסאך קליפס פון ענקערע פירות וואוינענדיג נישט ווייט פון ענקער ישיבה, אין ב"ה יעדע שטיק צייט איז דא פרישע סחורה,
איך וויל נישט מעריך זיין, אבער וויסן זאלט איר, אז עין תחת עין, אין שיין תחת שיין, ודי לחכימא ברמיזא.
פאראכטן די ספעלינג ספעציעל אויפן פארלאנג פון שארטקאט
תוקן על ידי nypd90 ב- 15/10/2010 17:03:32
נשלח ב-15/10/2010 07:22
חזקה די שרייבסט אביסל ביד חזקה, סקוקט אויס ווי די ביסט זייער גערעגט די שרייבסט אזוינע לאנגע נארישע דרשות מיט גרויסע רויטע שרייעדיגע ווערטער,
זיי מוחל שרייב אביסל מער "פריינדליך", נישט ביד חזקה,
איך האב דיר שוין מסביר געווען אז קיינער האלט נישט אז בחורים טאנצן איז א עולה נישט קיין חילוק אויב סאיז אין אייראפע אדער אין אמעריקע, און אפילו זיי טאנצן יא אויף א בעבישע ניגון, און קיינער האלט אויך נישט אז פארברענען א זיץ איז אן עולה,
ווי איך פארשטיי האט איינער געוואלט שיסן א באמבע מיט לייגן א קליפ ווי א פייער ברענט אין קווינס קעמפ, און געהאפט אז אנדערע וועלן יא פארשטיין אז עס איז א עולה, האט א צווייטער געברענגט א באמבע פון א טענצל איבערן געילן באס,
ביידע זענען נישט קיין עוולות, די פוינט איז נאר, די גאס פארט אויף צוויי זייטן, איטס ע טו וועי סטריט,