בית פורומים אידישע געדאנק

ישיבות קטנות דסאטמאר וומס"ב קרוב צו 700 בחורים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2010 00:37 לינק ישיר 
ישיבות קטנות דסאטמאר וומס"ב קרוב צו 700 בחורים

הקדמה קצרה:

מ'האט מיך מעורר געווען אין אישי אז איך טו וויי מענטשן מיט באשרייבן די אויסערגעווענליכע אומנאטורליכע וואוקס פון די גרעסטע קהלה אין דער וועלט ("יחידים" המשתלטים על "הציבור"..), עס זענען דא מענטשן וואס זענען ממש בארירט געווארן פון מיין רעפעראט איבער ישיבה גדולה אזש ביז שלאפלאזיגקייט, דעריבער בעט איך א בקשה אז נאר אנ"ש און וועם עס שטערט נישט זאל ליינען די באריכטן.

מיט דאנק

ווי באוואוסט האבן די סאטמארער ישיבה קטנות זייער שווער אנגענומען תלמידים ביז יעצט, צוליב ענגשאפט אין פלאץ, די צוויי ברענטשעס ישיבה קטנה און ישיבה לצעירים איז געווען פשוט איבערגעפולט, דעריבער האט מען בלית ברירה צוגעלייגט די זמן נאך א סניף (ברענטש) ישיבה קטנה, היינט צוטאג איז דא דריי ישיבה קטנות, און א ישיבה לצעירים וועלכע איז די יאר הכנה לישיבה גדולה.

די צאל פון די פיר ברענטשעס איז נאנט צו 700 קע"ה, אלע סניפים געפינען זיך אין דעם ריזיגן בנין/בנינים פון בערך 80,000 סקווער פיס, עס גייט דורך פון גאס צו גאס, וועיווערלי צו וואשינגטאן, (ביטע מיך פארריכטן אויב איך מאך א טעות) גענצליך אפגעטיילט אין באזונדערע חלקים, גאסן און שטאקן, און האבן נישט קיין שייכות איינס מיט'ן צווייטן, חוץ ביי די טראנספארטאציע און אין קעמפ.

ורוח הקודש אומרת, כן ירבה וכן יפרוץ.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 00:40 לינק ישיר 

ביטע נישט אריינמישן דא קיין פארמעסטן מיט אנדערע ישיבות ווי גור, בעלזא, סקווירא, צאנז, קרית יואל וכדומה, מ'קען עפענען א עקסטערע אשכול פאר יעדע קהילה און ישיבה לפי כבודם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 01:26 לינק ישיר 

ווער פירט אן די דריטע ברענטש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 18:01 לינק ישיר 

זייער קליג צו צעטיילען אין אפאר חלקים ווען די ישיבה ווערט אזוי גרויס, אזוי האט מען מער קאנטראל אויף די יונגע צאן קדשים, איך מיין אין ישיבה גדולה דארף מען אויך צעטיילען אויף אפאר חלקים, סאיז טאקע צעטיילט אינטער אפאר מנהלים, אבער אפשר זאל מען בויען עקסטערע בתי מדרשים פאר יעדע חלק אין די זעלבע בילדונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 18:37 לינק ישיר 

אפשר טאקע זאל מען ניצן די אלטע בנין בנין לייביש לעפקאוויטש פאר א חלק ישיבה גדולה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 00:39 לינק ישיר 

 דאס איז א בילד פון'ם בנין אויף פרענקלין עוו. וואס מען האט ארויסגעדינגען פאר'ן 3'טן ניי געעפנטע ברענטש פון ישיבה קטנה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 21:42 לינק ישיר 


Williamsburg: Satmar (UTA) have 7953 kids - Aroinim (KHHD) are 33% only 3953 kids link to Gov website http://bit.ly/dywtVf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 21:58 לינק ישיר 

דאס מיינט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ....            Anash D'Satmar 

BREAKING: Zalis including Yeshiva Ketana and Queens 7953 - Satmar (KHHD) Only till Kita Tes 3953 KIEN YIRBYhttp://bit.ly/dywtVf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 22:00 לינק ישיר 

SatmarW satmar 
@ 
@AnashSatmar Sorry Queens is not included and your all yeshiva katans are also included exept Heichal hatorah C on that link another 227



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 22:29 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט א דריטל פון 7953 איז2624. און 4180(מיט היכל) איז איבער האלב. איך ווייס נישט ווי אקוראט די נומערן זענען אבער אפילו יא איז עס מער ווי 33%... (אינטערעסאנט. ביידע זענען 953...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2010 23:19 לינק ישיר 

אייזענבאך עס איז געשמאק צוצוקיקן ווי דער ארוינישער אנאש מאכט פון א פארלוסט א "מעכטיגע געווינס" מתוק מדבש, עס האט טאקע נישט געדויערט קיין צוויי מינוט ביז ער האט נעבעך צוריקגעצויגן,,,


יחידים המשתלטים על הציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ישיבות קטנות דסאטמאר וומס"ב קרוב צו 700 בחורים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext