איך הער אז אין קרית יואל גייט פארקומען די ערשטע פסולע חתונה ווי דער זיידע גייט זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון א אייניקל, ביז היינט האבן אלע מחותנים וואס זייערע עלטערן האבן געזאגט אז זיי גייען נישט גיין צו די חתונה אויב גייט דאס זיין אין דעם געאסערטן זאל, האבן די קינדער זיך גערעכענט מיטן זיידן און אריבער געפירט די חתונה אויף וויליאמסבורג אדער אויף מאנסי, אבער יעצט גייט פארקומען א חתונה ווי דער זיידע וואס איז א איש חשוב פון בארא פארק און איז אפילו נישט קיין עכטער סאטמארער, ער איז א ספינקער חסיד, און זיין איידעם וואס וואוינט אין קרית יואל האט באשלאסן חתונה צו מאכן אין דעם טריפענעם זאל, דער זיידע האט אנגערופן דעם דיין רבי געציל צו ער מעג זיך באטייליגן ביי זיין אייניקלס חתונה, האט רבי געציל גענטפערט אז כפי פסקו פון רבינו הקדוש זי''ע טאר מען זיך נישט משתתף זיין אויף א חתונה ווי דער מסדר קידושין איז שלא ברשות המרא דאתרא, במילא האט דער איד געזאגט פאר זיין טאכטער אז ער גייט נישט קומען צו די חתונה, די טאכטער האט לכתחילה יא געוואלט אוועק פירן די חתונה קיין מאנסי, נאר דער שארמאשער האט געלייגט גרויס לחץ אויף דעם מאן, און זיי האבן באשלאסן אז די חתונה גייט יא דארט זיין, צו דער זיידע קומט יא צו נישט, די ווערטער פון הייליגן ברך משה זי''ע איז מקויים געווארן במילואו, דאס מיינט קלאר "ווערעמיגע קינדער".
נשלח ב-2/11/2010 03:27
ווער איז אייזיק שטערן?
נשלח ב-1/11/2010 23:12
יענקל וואס מיינסטו, ער וועט מן הסתם זיין די איינצוגסטע פון די משפחה
נשלח ב-1/11/2010 21:27
אייזיק שטערן, א שוואגער, וועט דארט זיין?
נשלח ב-1/11/2010 18:56
שאול גאנץ ריפט אלע צווייטע דריטע קאזינס אין בעט ברחמים מען זאל קומען צו די חתונה, און איינער נאכן צווייטן זאגן עם אפ, און די בני יואל בראש מיטן שארמאשער מאכן א קאמפיין אז מען זאל יעדער גיין צו די חתונה געבן חיזוק, בקיצור, א צווייטער יושקע וואלדמאן, וואס דארף אטענשאן, אזוי ווייט אז אפילו די נארמאלע בני יואל (אויב עקזיסטירט אזא זאך) רייסן עם אראפ אלץ א שוטה רשע וגס רוח, אויף צו זיין א הירא ביי די שונאים איז ער גרייט צו דאמפן א חשובן זיידן, א זיידע וואס פאליטיק עקזיסטירט נישט ביי עם, ער גייט צו ר' זלמן לייב ער גייט צו ר' אהרן, ער איז בכלל א ספינקער חסיד, און איז מכבד אלע ספינקער קינדער, ער איז זייער ווייט פון צו זיין א עקסטרעמער מענטש, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער האט געפרעגט דעם דיין פון קרית יואל צו ער מעג זיך משתתף זיין ביי די חתונה, און ווען דער דיין האט געזאגט זיין חוות דעת אז עס איז אסור, איז זיין החלטה תיכף געווען אז ער גייט זיך נישט משתתף זיין, און ווען מען האט עם אנגעהויבן צו טעראריזירן און פרעשערן אז ער זאל יא קומען, האט ער תיכף באשטעלט טיקעטס אוועק צופארן ביז נאך די שבע ברכות, אז ער זאל נישט עובר זיין אויפן פסק פון דיין, דאס הייסט א שטאקער כאראקטער, תמים תהי' עם השם אלקיך, אן קיין חכמות און אן קיין פשרות, א מוסטער פון א ערליכן איד!!!
נשלח ב-1/11/2010 02:05
דער חצןף מחוצף שאולי גאנץ איז אריבער צום שארמאשער עם מכבד זיין מיט סידור קידושין האט דער שארמאשער בענוות קדשו געהייסן מכבד זיין דעם גז''ל מיטן הסבר אז אזוי ווי דער גז''ל איז דער גרעסטער בועט באביו בדורינו איז נאר פאסיג אז ביי די ערשטע בועט באביו חתונה אין דעם טריפענעם זאל, זאל דער גרויסער בועט באביו זיין דער מסדר קידושין.
נשלח ב-20/10/2010 01:50
האלבערשטאם,
פאראייניג דיך באצייטנס מיט נפל, עטס קענ'טס ענק נישט פאראייניגן אויף איין מיינונג?
אויב די ברך משה האט זיך אליינס אפגעטוען מיטן אנרופן די בני המן ווערעמיגע קינדער, קומט אויס אז די דברי יואל האט זיך אליינס מסדר געווען מיטן זאגן אז מ'טאר נישט גיין אין בג"ץ.. נישטא קיין איינער פון די לישקע וואס האט נישט מתיר געווען! און עטס לאכטס ענק אויס אין די פויסטען פון זיין פסק הלכה! און הוא הדין מיט סידור קידושין!
נשלח ב-20/10/2010 01:37
נפל כתב:
וואס איך לערן ארויס פון דעם אשכול:
דער ויואל משה האט געלערענט אז בג"ץ איז טריפה דער ברך משה האט געלערענט ווערעמיגע קינדער
אז מ'דרייט זיך מיט גארביטש איז מען ווערעמדיג. אדרבה ווי מער צייט ס'גייט אדורך אלס מער שטעלט זיך ארויס די ווייטע בליק פון אן צדיק אמת, אין א איש קדוש.
(איך רעדט שוין נישט פון בנצי פרידמאן מיט זיינע טאוולען, וואס דער בענצי איז פון די מייסדים פון בני יואל)
נשלח ב-19/10/2010 23:54
וואס איך לערן ארויס פון דעם אשכול:
דער ויואל משה האט געלערענט אז בג"ץ איז טריפה דער ברך משה האט געלערענט ווערעמיגע קינדער
נשלח ב-19/10/2010 23:40
יאסעלע
איך גארנישט מיטן בירך משה קיין שייכות חוץ פון דעם וואס ער איז א אייניקל פון הרה"ק רבי שלום אליעזר פון ראצפערט הי"ד א קאזען פונען באבובער רב זצ"ל. אין איך גיי אמאל אין סיגוטער מקוה אין בארא פארק
אבער חוץ פון דעם האלט איך אז ער האט קיינעם נישט מסדר געווען חוץ פון זיך אליין נאר זיך נישט.
נשלח ב-19/10/2010 19:51
און איך מיין אז עס איז נישט א כבוד פארן ויואל משה צו זאגן אז בג''ץ איז יהרג ואל יעבור, סוף כל סוף גייען היינט מסלתה ומשמנה פון חסידי סאטמאר אין בג''ץ און אלעס איז בעידוד און הסכמת הדיינים וואס ער אליין האט ממנה געווען. עס מאכט בזיונות פאר ויואל משה פונקט ווי דער איסור צו גיין צום כותל.
נשלח ב-19/10/2010 19:40
שפירסט זיך געטראפן?
דער ברך משה האט ענק מיאוס מסדר געווען, אבער אזוי אויף תולה ארץ!.. ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט און מ'הערט איינעם דערמאנען עפעס וועגן די ענין פון בני המן לייגט ער צו אזא ז"ל טיטול... ' 'ווערעמיגע, קרעציגע, אד"ג...
ס'איז ענקער לעצטע נאמען...
נשלח ב-19/10/2010 19:08
איך מיין אז עס איז נישט קיין טובה פארן בירך משה צו נוצען דעם אויסדרוק ווערעמיגע קינדער
שאולי ב''ר יואליש גאנץ וואס איז א איידם ביי ר' חיים שטערן פון בארא פארק מאכט דארט חתונה 3 וואכן ארןם טראץ וואס דער שווער ר' חיים שטערן האט געזאגט אז אויב די חתונה איז אין בני יואל האל גייט ער נישט צו די חתונה,