שאול גאנץ ריפט אלע צווייטע דריטע קאזינס אין בעט ברחמים מען זאל קומען צו די חתונה, און איינער נאכן צווייטן זאגן עם אפ, און די בני יואל בראש מיטן שארמאשער מאכן א קאמפיין אז מען זאל יעדער גיין צו די חתונה געבן חיזוק, בקיצור, א צווייטער יושקע וואלדמאן, וואס דארף אטענשאן, אזוי ווייט אז אפילו די נארמאלע בני יואל (אויב עקזיסטירט אזא זאך) רייסן עם אראפ אלץ א שוטה רשע וגס רוח, אויף צו זיין א הירא ביי די שונאים איז ער גרייט צו דאמפן א חשובן זיידן, א זיידע וואס פאליטיק עקזיסטירט נישט ביי עם, ער גייט צו ר' זלמן לייב ער גייט צו ר' אהרן, ער איז בכלל א ספינקער חסיד, און איז מכבד אלע ספינקער קינדער, ער איז זייער ווייט פון צו זיין א עקסטרעמער מענטש, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער האט געפרעגט דעם דיין פון קרית יואל צו ער מעג זיך משתתף זיין ביי די חתונה, און ווען דער דיין האט געזאגט זיין חוות דעת אז עס איז אסור, איז זיין החלטה תיכף געווען אז ער גייט זיך נישט משתתף זיין, און ווען מען האט עם אנגעהויבן צו טעראריזירן און פרעשערן אז ער זאל יא קומען, האט ער תיכף באשטעלט טיקעטס אוועק צופארן ביז נאך די שבע ברכות, אז ער זאל נישט עובר זיין אויפן פסק פון דיין, דאס הייסט א שטאקער כאראקטער, תמים תהי' עם השם אלקיך, אן קיין חכמות און אן קיין פשרות, א מוסטער פון א ערליכן איד!!!
 |
|
|