| נשלח ב-14/10/2010 23:22 |
|
| |
11'טע חתונה בלי געצווינגענע סידור קידושין!
קיינער חוץ משפחה און נאנטע חברים פון די מחותנים ווייסן ניטאמאל אז מען גרייט זיך אט אט צו די חתונה, ווען איך שרייב קיינעם מיין איך חוץ ר' אהרן מיט זיינע חסידים, זיי האבן שוין היינט אנגעהויבן זייערע שלאף לאוזע נעכט.
כמנהגם ביי יעדע פון די פארגאנגענע 10 חתונות האבן זיי געהאט א אנדערע מעשה, איינמאל האט א באבע נישט געוואלט קומען א צווייטע מאל האט א שוואגער נישט געוואלט קומען א דריטע איז דער מחותן געבליבן אן משפחה ביי די חתונה א פערדן האט ר' אהרן ברוב סבלונותו געגעבן רשות...
יעצט האבן זיי א פרישע מעשה: א זיידע א 'ספינקא' חסיד האט געזאגט אז ער גייט נישט קומען...
די וועלט שטייט און לאכט פון זיי, מען 'שפייט' אויף זיי און זיי שרייען אז עס 'רעגענט', זיי קענען זיך פשוט נישט איבערקומען פון די שרעקליכע עוולה אז א מחותן איז גרייט מוותר צו זיין אויף א זיידע און זיי פארגעסן אויך נישט צוצוזאלצן אז נישט מער ווי דער מישמאשער האט 'געצווינגען' צו מאכן די חתונה אן רשות פונם סבלן... נעבעך
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר די חתן כלה און די מחותנים אז אין זכות וואס די אהרוינים האבן נישט קיין צייט צו טרינקען בליט ביי אנדערע ווייל זיי זענען יעצט פארנומען מיט די סידור קידושין, טאקע דעם זכות זאל זיי ביישטיין מיט אסאך נחת.
לויט ווי ציניקער געבן איבער וועט דער סבלן צום סוף געבן (אומגעבעטענע) "רשות" כדי דער זיידע זאל זיך יא קענען משתתף זיין.
שישו ושמחו במפלתן של רשעים ורודפים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2010 23:46 |
|
| |
היינט אין וויליאמסבורג...

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2010 23:51 |
|
| |
איך האב געמיינט אז זייער דיין דער בעל עגלי דבש גייט קער נעמען, ער האט געזאגט פאר די עסקנים אז... נאך איין מאל... וועט ער..... זעהן וואס ער קען טוהן.....
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2010 23:56 |
|
| |
נעבעך נעבעך, שכל קאן נאר דער באשעפער גיבן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 03:46 |
|
| |
כ'האב נייעס פאר דעם תינוק און כל הנערנים אז האשה החשובה אשת הרה"ח ר' שלום נחמן פילאפף ז"ל האט זיך משתתף געווען פארגאנגענעם אלול ביי איר אייניקל שמחה-הירש חתונה באולם עטרת מאיר צבי פון אנהייב קבלת פנים ביזן לעצטן מצוה טאנץ.
עטליכע קינדער האבן איר געדרייט א קאפ פאר די חתונה נאכדעם וואס ר' העניך האט געקענסלט זיין ערשטע היתר, האט זי געזאגט פאר איר טאכטער אשת ר' ישראל שפילמאן, "איך גיי צו די חתונה, אז דו ווילסט, ווען דיין טאכטער וועט חתונה מאכן קענסטו בלייבן אינדערהיים"
קאמענטארן זענען איבעריג, בלויז א ביישפיל ווער די טעראזירער זענען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 03:50 |
|
| |
די כעלמער קהלה האט געמאכט א נייע תקנה,
וועלכע זיידע ס'קומט פון עולם האמת צו די בני יואל חתונה זאל, קען נישט צוריקגיין אויפן אלטן בית החיים אין קרית יואל,
לכאורה דארף מען נעמען אויף די וואך שומרים וואס זאלן היטן און פאשרייבן אינעם פנקס, אפשר דארף מען מאכן א נייעם פנקס הבית החיים ווער סגייט צו פסול'ע חתונות,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 04:30 |
|
| |
האב נישט קיין מורא? קיינער פון עולם האמת גייט נישט אריין אין א האל וואס איז געאסור'ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 04:44 |
|
| |
אין עולם האמת ווייסט מען דאך אז עס קיין איסור,
איך מיין נישט דעם עולם האמת וואס דיין רבי האט זיך משוגע געמאכט ביי זיין מאמעס לויה, און געשריגן יעצט ווייסטו דעם אמת, אז מען האט מיך נישט אריינגעלאזט,
ווייל ער און איך און די ווייסן דעם גאנצן אמת,
איך רעד פון אן אמת'ער עולם האמת,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 15:11 |
|
| |
ווען וועט פארקימען די קומענדע חתונה בשטו"מ?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 15:38 |
|
| |
למעשה איז נאך קיינער נישט געקומען פון עולם האמת צו דעם געאסערטן זאל, איך האב מיך נאעגעפרעגט, און קיינער האט זיי נאכנישט געזען דארט. זעט אויס אז אויפן עולם האמת ווייסט מען דעם אמת אז ר' געציל איז גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2010 16:15 |
|
| |
משה טייערער
אז מען האט א רבי וואס צו-וויינט זיך ביי קדושה, ווייל ער זעהט דעם טאטן, מתסם זענען די חסידים אויך אזוינע וואס קענען זעהן מתים,
די פראבלעם אז דער וואס גייט אריין אין יענעם זאל, איז דאך שוין נישט נאמן און איז שוין פסול לעדות, אויב אזוי ווער קען מעיד זיין דערויף?
|
|
|
|
|