אנגעהויבן נייע זמן אין מאנדרא דשאנגל מיט גרויס הצלחה
אין די צייט וואס ישיבה גדולה ד'סאטמאר האט אנגעהויבן דעם נייעם זמן מיט א געוואלדיגער הצלחה פון אריבער 850 בחורים כ"י ובתפלה על העתיד, האבן די אהרוינים ארויסענומען זייערע פעדערן און אנגעהויבן זיכן מיט פארגרעסערן גלעזער חסרונות און עוולות קעגן די חשובע געקליבענע תלמידי הישיבה.
זיי רעדן זיך נעבעך איין אז זיי וועלן מצליח זיין להכחיש את החי אז די ישיבה איז א מקום תורה ותפלה ומשם יוצא תורה ויראה.
זיי פארגעסן אבער אז עס ארבעט נישט אזוי, זיי זענען אזוי שטארק צוקלאפט פון זייער דורכפאל אז מתיבתא ד'מאנרא האבן בערך 520 בחורים (בערך 330 ווייניגער ווי ישיבה גדולה ד'סאטמאר - קווינס) און אפילו מיט דעם נומער געבן זיי זיך נישט אן עצה.
דעם ליל שישי האט זיך אפגעטון ראיאטען בין כותלי הישיבה ווי די "איידעלע", "אומשולדיגע" בחורים האבן רעוואלטעד קעגן דעם מנהל ר' יוסף לייב קאהן.
די ראיאטען האבן זיך איינגעשטילט בערך 3 אזייגער פארטאגס ווען די הינגעריגע מזיקים האבן זיך אנגעזעטיגט נאכן אויסרייסן א וואנט אינם בנין הישיבה! די קאווע שטיבל איז נעבעך געבליבן אן א וואנט...
פארגעסט נישט אז דאס איז אין ערשטן וואך פון ישיבה...
נשלח ב-15/10/2010 18:58
די ראיאטן האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס מאנרא האט פראבירט נאכצומאן קווינס און פארמאכן דעם קאווע שטיבל געוויסע שעות פון טאג.
אין קווינס מיט אירע 800 בחורים איז דאס אריבער אן א פיפס, אין מאנרא מיר בלויז 500 בחורים האבן די פלייסיגע בחורים זיך מיט זריזות אריענטירט און אראפגענומען דעם גאנצן וואנט צוזאמען מיטן טיר
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 15/10/2010 18:59:03
נשלח ב-15/10/2010 19:08
דריי נישט קיין קאפ
דער בילד זי פון 2 יאר צוריק, אין אייראפע,
אויסער דעם זאלסטו וויסן אז אין דעם שטיבל טרינקט מען קאוקאו אזוי ווי אין פלעטבוש פסח, און דאס איז די סיבה פון פארהאקן דעם שטיבל, נישט נכשל ווערן אין קאוקאו,
נשלח ב-15/10/2010 19:15
שארטקאט די האסט מיר געמאכט לאכן מיט א פולן מויל, אבער אויב שוין, שרייב כאטש די ארגינעלע לשון "ערגעץ צווישן די גרעניץ פון פוילן און רוסלאנד"...
פארט וועט יעדער דארפן מודה זיין אז אראפברעכען א וואנט אינמיטן די נאכט איז בכלל נישט א מעכטיגער כוליגאנישקייט ווי אינטערצינדען א אלטע זיץ פון א קאר...
ולא זו בלבד, ווער רעדט נאך פון די אפיקורסות וואס די קווינס און אלכסנדר תלמידים זענען אנגעשטעקט... איז דען נישט בעסער צו ברעכן ווענט ווי איידער ווערן אנגעשטעקט מיט אלכסנדר און קווינס אפיקורסות?
נשלח ב-15/10/2010 19:15
אפשר איז עס געווען נאכן אויספויעלן אלעס גוטס!
נשלח ב-15/10/2010 19:16
איך ווייס נישט צו זיי האבן געפוילט "אלעס" גוטס אבער קאווע האבן זיי זיכער...
נשלח ב-15/10/2010 19:36
דער בילד איז פון די קאווע שטיבל אין ביהמ"ד בית מרדכי, דרייטס א קאפ א צווייטן.
תוקן על ידי טראכטן ב- 15/10/2010 19:58:33
נשלח ב-15/10/2010 20:04
טראכטן, איין באשעפער ווייסט פון וועלכע בית מרדכי דו רעדסט. פון ת"ת בית מרדכי איז דאס נישט!.
עניוועי, דאס וואס א שרייבער האט פריער געשריבן אז אין קווינס מאכט מען צו דעם קאווע שטיבל אינמיטן טאג, איז הוילע בלאף. זאגטס פאר יוסף לייב קאהן אז ער דארף זיך נישט צוקריגן מיט די בחורים די ערשטע וואך פון זמן אויף דעם, ווייל קווינס האט דאס אויך נישט. נישט מיט דעם ווערט מען א פיינע ישיבה.
נשלח ב-15/10/2010 21:56
סאיז א טופשות צו פארשפארן קאווע שטיבל אין א ישיבה,
אין ישיבה מוז זיין 24 שעה קאווע, דאס איז דער גרעסטער עולם הזה וואס א בחור קען זיך נאכגעבן אין ישיבה,
חיי שעה. די אפיקורסות מעשה איז אמת. אויף קווינס ווייס איך נישט(איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער קען א יונגערמאן שנה ראשונה וואס האט פאראיאר געלערנט אין קווינס דריטע עידזש וואס האט זיך די וואך גע'גט וועגן די מעשה אבער איך האב עס נאכנישט מברר געווען. ועוד חזון למועד אי"ה{איך האף אז עס איז שקר...}) אבער אויף אלכסנדר האב איך מברר געווען אז עס איז אמת. און צוויי יונגעלייט האבן זיך שוין גע'גט וועגן דעם רח"ל
נשלח ב-17/10/2010 03:10
נו וואס האט דאס מיט דעם קאווע שטיבל?
די יונגעלייט האבן זיך געגט צוליב טרינקען קאווע?
אדער די זוכסט סתם צו פארדרייען דעם שמיעס?
זיי מוחל אז די ביסט אזוי גוט אין מברר זיין פרטים, ברענג פרטים ביטע פון דעם קאווע שטיבל אין מתיבתא
נשלח ב-17/10/2010 05:44
עס איז די קאווע שטיבל פון ישיבה. די שאלה איז וואס די מעשה דארט איז געווען
נשלח ב-17/10/2010 06:37
די שאלה איז וואס ס'נעמט דיר אזוי לאנג מברר זיין?
מסכת גיטין פון אליקסנדר האסטו שנעל דורכגעלערנט, און געצויגן מסכנות,
דער סוגיא פון אשו משום חצו פון קרי דרייער האסטו שנעל דורכגעלערנט און געצויגן מסכנות,
און די קאווע שטיבל האסטו אזויפיל שאלות,
נאך איין בקשה, זיי אויך מברר וואס איז פארגעקומען היינט אין הופער, וואס זענען געווען די שלעק דארטן,
נשלח ב-17/10/2010 08:13
ווייסט וואס? איך האב נאכנישט געזען אבאמאס בוירט סערטיפיקאט. סא איך קען נאכנישט רעדן צו די פייער איז אינטערגעצינדן. אדער צו די קווינס/אלכסנדר מעשה איז אמת אדער צו די ראסס. און סאוט 8שולן באלאנגט צו די זאליס...
נשלח ב-17/10/2010 08:16
שרייב נישט אזויפיל שטותים ווייל באלד וועלן נאך די ארונים דיר חושד זיין - און מיט רעכט - אז די שפילסט ארוני פארטיי
נשלח ב-17/10/2010 17:41
פיינטליך, די מעשה מיט קווינס יונגערמאן געגעט איז זיכער שקר, די גרעסטע באווייז אז דו ברענגסט עס.. אין אלכסנדר גייט ארום אזא שמועה אויף "איין יונגערמאן", (נישט אויף צוויי ווי דו ווילסט אויסטראכטען צי מאכען דראמאטיש), ווייל אין די לעצטע יאר האט זיך דארט נישט געגעט (אדער סעפערעטעט) מער ווי איין יונגערמאן, אין די איין מעשה שטאמט שטאמט אויכעט נאר פון אפאר ארוינישע פרויען וואס האבען אזוי באשלאסען אין א לשון הרע שמיעס אויף די גאס ווארטענדיג אויף די גרינע באס
און על כולם, כהאב נישט געוויסט אז אלכסנדר איז א זאלוינישע ישיבה, אויב יא מיינט דאס אז די זאלוינים האבען איבער טויזענט בחורים בלויז אין נו יארק אליינץ?