בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים אין שמוציגן מידיא קאמפיין קעגן סאטמאר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/10/2010 23:24 לינק ישיר 
ארונים אין שמוציגן מידיא קאמפיין קעגן סאטמאר!

ווי יעדער זעהט איז די לעצטע פאר וואכן די מידיא פארונומען מיט סקאנדאלן אויף וויטא לאפעז. א חלק דערפון איז די ארבעט וואס די ארונים שיקן ארום פאר רעפארטערס, און אברהם יצחק אבראהאם, דער לוזער פירט א פערזענליכע מערכה מיט לאפעז.
 
יעצט האבן זיי אין א פרישן ספין געזוכט צו מאכן א לאפעז - סאטמאר שידוך, כאילו סאטמאר מיט לאפעז'ן האבן אינאיינעם געשווינדעלט, כדאי צו ברענגן די מידיא צו באשרייבן שמיץ אויף סאטמאר. ליידער האלט זיי נישט אפ קיין שום חילול השם און זוכן וואס מער צו ליפטערן אין די צייטונגען מחלוקת צווישן די קהילות.
 
די ארונים האבן אנגעדרייט א שרייבער פון "ניו יארק פאסט" אז לאפעז האט געהאלפן סאטמאר געווינען אלע קאורטס, און דעריבער זענען זיי אינדערויסן פון אלע בנינים אבער יעצט ווען וויטא איז שוין אויף צרות, וועלן די ארונים אפיר נעמען זייער אלטן געווער פון ידים יד עשיו, און אויפשטארמען אלע בנינים און דאס איבערנעמען מיט כח הזרוע.
 
היינט פרייטאג איז געשטאנען א רעפארטער ביים סאטמאר בית מדרש אויף ראדני, און געפרעגט דעם עולם איבער די מחלוקת און אויך איבער די שטעלונג פון די קהלה בנוגע שניידן ווייץ אין רעגנ'דיגע צייט, און נאך הלכה'דיגע שטעלונגען ווי שחיטה מונחת, בוקא דאטמא, שטיין זאלץ וכדו' דאס אלס האבן די ארונים געגעבן פאר די מידיא אז דאס זענען די יסודות'דיגע פרינציפן פון ר' אהרן פארוואס האט צוטיילט סאטמאר, ווייל דער אנדערער צד האט דוקא יא געוואלט עסן מצות פון רעגנדיגע פעלדער. די זעלבע האבן זיי פארקויפט פארן רעפארטער איבער חתונה תקנות, אז דער אנדערער צד וויל נישט האלטן די תקנות און אזוי ווייטער.
 
אבער דער סך הכל איז אז יעצט איז די צייט צו נעמען דעם כחו ועוצם ידי און נאכאמאל שטורעמען בנינים.  



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 17:33 לינק ישיר 

די ליגענט אז יודען האבען גענאסערט אר' לייב האט שוין עקספייערט, קיינער קויפט עס נישט ווייל די גאנצע בלבול אז יודען האבען געהאט א האנט דערינען שטאמט פון א בפירושע ארוינישע היידפארק!!

ארי לייב האט אליינץ געזאגט פאר מיין טאטע אז סהאט נישט קיין הענט און קיין פיס, סקומט פון אפישעלס אין טורמע וואס זענען געווען דזשעלעס אויף וואסערע כוח ער האט אין טורמע

אנדערש איז איצטערט ביי די נ"י פויסט ארטיקעל, ווי סווערט קלאר געקוואויט ארוינישע ווארטזאגער! זיי האבען גערעט און אנגעדרייט די חילול ד' ביי די גוישע מידיא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 17:27 לינק ישיר 

אלא מאי? קען נישט זיין אז די זאליס זענען געלאפן צום פאוסט אלס נקמה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 08:37 לינק ישיר 

ווען מ'האט געשריבן דא אז די אהרונים גייען באשמוצן די זאליס אין די מידיא זענען זיי מחלל שם שמים פארשטיי איך. אבער ווען די אהרונים לויפן אליינס צו די פרעסע זיך זעלבסט באשמוצן אז זיי פלאנירן ראיאטן א.ד.ג. דארף מען דאך זיין בלויז פאררוקט און חלה דעקל'יש געשטימט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 08:07 לינק ישיר 

נפתלי משה אינדיג וויל מען זאל קומען זאגן תהילים פאר זיין ווייב


תוקן על ידי המהדרין ב- 17/10/2010 15:55:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 08:07 לינק ישיר 

ווער עס האט מיטגעהאלטן די ארי לייב פרשה ווייסט גאנץ גוט ווער עס איז געלאפן מסר'ן דעמאלטס. עס איז שוין גארנישט געווען קיין "גערעגטע ארעסטאנטן" ליידער איז עס געווען מזרע ישראל. און דרך אגב איך קען אויך זאגן אז "גערעגטע גוים" זענען געלאפן צום פאוסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 08:01 לינק ישיר 

אהרונים פארציילן פארן פאוסט אז זיי פלאנען ראיאטן אזוי ווי שמיני עצרת... ונזכה ונחי' ונראה.
 
http://bit.ly/9t3nzv



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 06:42 לינק ישיר 

וואס ארי' לייב האט געטוהן האבן אלע ארעסטאנטן געוויסט, און צווישן די ארעסטאנטן געפינען זיך א שיינע פאר גוים, וואס דאס איז לכאורה דער מקור פון ווי דאס איז אנגעקומען צו די פרעסע, ווייל לויט ווי די פרעסע האט נאכגעזאגט פון עטליכע גערעגטע ארעסטאנטן האט דאס הפקרות פון גלאנץ זיי ארויסגענומען פון די כלים און געסטראשעט מיט נקמה, אלזא קען אפשר זיין אז די פרעסע האט גענומען די מעשה פון גוים, אדער אפשר פון די סאטמארע אידן אדער לויט א דריטע גירסא, האט דער מסור גרשי שלעזינגער האט געמסר'ט ארי' לייב גלאנץ ווייל ער האט אים געדארפט ארויסשטויסן פון יו זשעי קעיר,

אבער זאגען פאר די פרעסע וועגן אריזאנע ווייץ און שחיטה מונחת וכדו' דאס האבן לכאורה די גוים נישט געזאגט, דעריבער אויב סאיז אמת אז די צייטונגען מאכן אן עסק דערפון איז א שטיקל באווייז אז דאס איז יד ישראל,

הגם איך רוף דאס נישט קיין מסירות, אבער חילול ה' איז עס יא,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 05:42 לינק ישיר 

הא לן והא להו, ווער דענקט נאך וואספארא שטורעם די אהרונים האבן געמאכט ווען די "ניו יארק פאוסט" האט באשריבן ארי' לייב גלאנץ מיט זיינע סקאנדאלן אז די זאליס שטייען אונטער דעם. אבער זיי מעגן יא לויפן צו די מידיא ווען עס איז זיי גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 05:41 לינק ישיר 

ארי' לייב גלאנץ און די יודושע ארעסטאנטן זענען נישט קיין יודן? פארוואס אים האט מען געמעגט מסר'ן????(אויף א זאך וואס ער האט געבראכן דעם געזעץ צו העלפן א יוד)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 03:17 לינק ישיר 

ער איז נישט קיין ווארטזאגער פאר קיינעם, אפשר פאר זיך,

ער פלעגט זיך אמאל רופן וויליאמסבורג ספאוקסמען אבער ווען ער איז געלאפען פאר סיטי קאוסיל האט יעדער געזען אז ער האט נישט גארנישט,

ער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די אנדערע לוזערישע גרופע, די ארונים, אבער ער האט נעבעך זייער שוואך אנגעצויגען קעגן דעם נארישן יונגן געהילף פון לאפעז, טראץ וואס די קאמפיינערס האבן געזאגט אז ער שטיצט תועבה געזעצן,
אברהאם שווערט נקמה אין לאפעז, און יעצט האט ער זיין געלעגנהייט, ער דרייט אן שרייבערס, און זעהט אויס די ארונים נוצן אויס די געלעגענהייט צו מאכן לאפעז א שותף מיט סאטמאר, אויב סאיז אמת וואס פישער זאגט,
ימים ידברו,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 03:10 לינק ישיר 

אברהם יצחק אבראהאם, דער ווארטזאגער פאר די אהרונים ביי א פראטעסט קעגן לאפעז.
 
http://www.youtube.com/watch?v=b65-uMeiUIE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים אין שמוציגן מידיא קאמפיין קעגן סאטמאר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext