בית פורומים אידישע געדאנק

אהרויניס העסליכע אטאקע קעגן אלכסנדר ישיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2010 18:55 לינק ישיר 
אהרויניס העסליכע אטאקע קעגן אלכסנדר ישיבה

די ישיבה איז א שם דבר, אסאך עלטערן וואס זענען געבענטשט געווארן מיט גוטע בחורים שיקן אהין לערנען. מאיזה סיבה שהוא האבן די ארויניס ארויסגעלאזט א שם כאילו א גאנצע כתה מיט בחורים האבן רח"ל אפגעגליטשט פונם אידישען וועג רח"ל און זענען פארכאפט אין ספרי מינית אזאש זיי האבן גענצליך איבערגעלאזט אידישקייט און ארויס לתרבות רעה רח"ל.

שוין צוויי וואכן וואס די ארויניס זענען פארנומען דערמיט אויף זייערע אינטערנעט סייט'ס ווי זיי האבן פראבירט צו מאכן א קיגעל פון אלכסנדר ישיבה אין ב"פ און די סאטמארע ישיבה גדולה אין קווינס.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, עס זענען דא א קבוצה פון 3 בחורים און צוויי אינגעלייט (אויך תלמידי הישיבה) וואס האבן זיך אריינגעטון אין ספרי קבלה, דאס לערנען ספרי קבלה (וועלכע איז היינט שוין כמעט געווארן א דבר השוה לכל נפש דורך ספרים וואס קומען ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן ווי מושגים אין קבלה באקומען א הסבר וואס יעדער קען פארשטיין) איז געגאנגען אויפן חשבון פון די געווענטליכע לימודים אין די סדרי הישיבה דעריבער האט אלכסנדר ישיבה נישט צוריק געקומען די בחורים אויפן איצטיגן זמן.

ועל זה יצא הקצף ווי די ארויניס מיט זייער פרוכטבארע כוח הדמין האט שוין געבוירן א גאנצע כיתה פון כופרים...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 22:29 לינק ישיר 

הא הא הא....... ספרי קבלה.... חיי שעה די האלט טאקע אז צוליבן לערנען קבלה האלט מרס ק. אזוי וויכטיג געדארפט א גט ס"ה עטליכע וואכן נאך די חתונה??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 01:46 לינק ישיר 

איך האב איר נישט געפרעגט און איך פלאן איר נישט צו פרעגן, און ס'איז נישט קיין נפק"מ וואס זי זאגט, די רגע זי בעט א גט אדער ער באשליסט צו געבן א גט איז שוין נישט מעלה ומוריד וואס זי זאגט יא אדער נישט, ואדרבה, מ'קען איר נישט גלייבן, אזוי ווי די מציאות צייגט איבער ביי יעדע פאל פון א גט רח"ל.

נ.ב. איך גיי זיך נישט לאזן ציען פון דיר אין דעם נושא, חוץ פון וואס עס איז קלאר ארויסגעשריבן אין די תנאי שימוש פונם סייט איז גאר גראביאניש און אומענטשליך צו פלוידערן אין פאבליק וועגן יענעמ'ס שלום בית!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 04:01 לינק ישיר 

אינטערעסאנט אז אלע ביידע משפחות(עס איז געווען 2 גיטין) האבן באשלאסן צו זאגן די זעלבע ליגנט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2010 04:08 לינק ישיר 

עס איז ליידער עפעס געווען אבער עס האט נישט גארנישט נישט מיט קווינס און נישט מיט אלעקסאנדער, ווער עס וויל זאל זיך אליין נאכפרעגן די פרטים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 05:36 לינק ישיר 

מסכים חיי שעה, לאמיר נישט פון קיין גיטין, אבער אפשר פארציילסטו יא וואס גייט פאר, על מה יצא הקצף, פארוואס האבן די ארונים מחליט געווען צו באשמוצען אלכסנדער ישיבה? און פון ווי נעמסטו אז דאס האט מיט ארונים צו טוהן? איך האב דאס געהערט רעדן אין אלע בתי מדרשים נאך פאר מען האט דערפון גערעדט אין הופפער? און אפשר פארציילסטו פון ווי נעמט זיך די שרעקליכע שקרים, און פארוואס פונקט אויף די אינגעלייט מיט בחורים? (אגב האט מען שוין גערעדט דערפון איבעראל מיט צוויי וואכן נאך פאר דער ערשטע שרייבער האט דערפון געשריבן אויף היידפארק)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 18:48 לינק ישיר 

פריינדליך און פינחס יואל, איר רעדט כאילו ביי איך נישט נישט דא קיין גיטין רח"ל. א ביטער געלעכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 19:06 לינק ישיר 

יא. אבער פארוואס האבן ביידע משפחות באשלאסן צו זאגן די זעלבע ליגנט? פארוואס ביי אונז איז קיינעם נישט בייגעפאלן דאס צו זאגן? איר וויל לייקענען די גאנצע זאך ווייל עס איז אויך אריינגעמישט קווינס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 00:05 לינק ישיר 
שוידערליך איז נישט דאס ווארט

איך פיל פאר וויכטיג עס צו שרייבן דא, אז איך בין געווען פארנומען צו מברר זיין פון אלע זייטן די אויסגעזויגענע מעשה איבער אלכסנדר ישיבה

ליידער איז דא פארגעקומען א שרעקליכע הוצאת שם רע אויף א פארנעם וואס די וועלט האט שוין לאנג נישט געזעהן,
אנגעהויבן האט זיך עס ווען איינער האט ארויסגעלאזט א מעשה (יא פשוט ארויסגעלאזט פון פינגער, עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער דאס איז ליידער די שוידערליכע פאקט) אז 2 אינגעלייט מיט 2 בחורים זענען געגאנגען שטודירן..... [ווען? ווי? וואס? קיינער ווייסט נישט] און עס איז שרעקליך....

דערנאך האט שוין א צווייטער צוגעלייגט אז עס איז מער ווי שטודירן, זיי זענען אנגעליינט מיט קוק'ס ביכער, זיי זענען מלא כפירה היטן נישט קיין שבת, גלייבן נישט און באשעפער עסן טריפות, בקיצור גוים גמורים,

די נומבער'ס איז טעגליך געשטיגן, ביז די פארגאנגענע זונטאג הער איך אין בית המדרש אז עס איז דא א "ליסט" פון 30 {...} בחורים וואס זענען ממש כופרים...........................................

שפעטער האב איך שוין געהערט די ווייטערדיגע שוידערליכע נייעס אז עפעס א מגיד שיעור האט זיי אפגעפירט.....

איך האב דאס מברר געווען פון יעדע ברעקל פלאץ ווי עס איז שייך צו מברר זיין וד"ל, און ליידער איז דא פארגעקומען א שוידערליך שרעקליכע הוצאת שם רע אויף חשוב'ע ערליכע אפגעהיטענע בחורים וואס חוץ א חומש א גמרא און א קדושת לוי וכדומה האבן זיי נאך ניטאמאל געזעהן פאר זייערע אויגן עפעס אנדערש.

איינער האט שוין צאמגעשטעלט א ליסט פון 30 בחורים מיט נעמען (יא מיט נעמען, איך ווייס נישט וואס ער האט קעגן די בחורים) אז זיי זענען געפערליך און מען טאר מיט זיי נישט שטיין אין ווארט.

געווענליך איז גרינגער צו זאגן אז עפעס איז געווען נאר נישט ממש אהער און נישט ממש אהין, אבער דא איז דער פאקט אז מען רעדט דא פון ממש ממש אן אויסגעזויגענע מעשה, פשוטו כמשמעו, קיינער איז נישט קיין כופר, קיינער איז נישט קיין מחלל שבת, קיינער פון זיי פארפעלט ניטאמאל קיין תפילה בציבור (אז א אינגערמאן פארטראגט זיך נישט מיט די ווייב האט דאס גארנישט מיט קיין כפירה, איך לאז יעדן איינעם פרעגן אלע משפחות אזוי ווי איך האב געטוהן),

עס קוקט אויס ווי איינער האט דא אן אינטערעסע צו שטופן די מעשה פאראויס פאר סיי וועלכע סיבה, איך ווייס נישט צו ער האט א פאליטישע סיבה צו א פריוואטע סיבה אדער עפעס אנדערש, אבער יענער איז עתיד ליתן את הדין פאר די  בזיונות און די הוצאת שם רע וואס ער לאזט ארויס

אדרבה איך בעט יעדן איינעם אז פאר ער רעדט נישט צו אן איינגעשטעלטער אין אלכסנדר ישיבה צו אפילו מיט איינע פון די בחורים וואס ווייסן וואס טוט זיך אין ישיבה, צו צו איינע פון די משפחות וואס האבן דארט קינדער אדער די אנדערע משפחות, פאר איינער איז נישט מברר די מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן און ער שטופט ווייטער די שוידערליכע הוצאת שם רע איז ער עתיד ליתן את הדין

עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אבער דאס איז די פאקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 04:49 לינק ישיר 

געכאפטער1, דאס אז דו מאכסט א גאנץ געשרייבאכטס מאכט שוין טראכטן כאילו ס'דא אפי' וואס צו אפפרעגן, א שאד יעדע ווארט.

ס'איז נישט קיין איין מענטש מיט א מח בקדקדו וואס גלייבט די אלע פערדעריי וואס מ'האט פארקויפט אויף די בחורים.פינטל.

תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 21/10/2010 04:52:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 19:38 לינק ישיר 
שקרן! שקרן! שקרן!

געכאפטער1 כתב:
איך פיל פאר וויכטיג עס צו שרייבן דא, אז איך בין געווען פארנומען צו מברר זיין פון אלע זייטן די אויסגעזויגענע מעשה איבער אלכסנדר ישיבה

ליידער איז דא פארגעקומען א שרעקליכע הוצאת שם רע אויף א פארנעם וואס די וועלט האט שוין לאנג נישט געזעהן,
אנגעהויבן האט זיך עס ווען איינער האט ארויסגעלאזט א מעשה (יא פשוט ארויסגעלאזט פון פינגער, עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער דאס איז ליידער די שוידערליכע פאקט) אז 2 אינגעלייט מיט 2 בחורים זענען געגאנגען שטודירן..... [ווען? ווי? וואס? קיינער ווייסט נישט] און עס איז שרעקליך....

דערנאך האט שוין א צווייטער צוגעלייגט אז עס איז מער ווי שטודירן, זיי זענען אנגעליינט מיט קוק'ס ביכער, זיי זענען מלא כפירה היטן נישט קיין שבת, גלייבן נישט און באשעפער עסן טריפות, בקיצור גוים גמורים,

די נומבער'ס איז טעגליך געשטיגן, ביז די פארגאנגענע זונטאג הער איך אין בית המדרש אז עס איז דא א "ליסט" פון 30 {...} בחורים וואס זענען ממש כופרים...........................................

שפעטער האב איך שוין געהערט די ווייטערדיגע שוידערליכע נייעס אז עפעס א מגיד שיעור האט זיי אפגעפירט.....

איך האב דאס מברר געווען פון יעדע ברעקל פלאץ ווי עס איז שייך צו מברר זיין וד"ל, און ליידער איז דא פארגעקומען א שוידערליך שרעקליכע הוצאת שם רע אויף חשוב'ע ערליכע אפגעהיטענע בחורים וואס חוץ א חומש א גמרא און א קדושת לוי וכדומה האבן זיי נאך ניטאמאל געזעהן פאר זייערע אויגן עפעס אנדערש.

איינער האט שוין צאמגעשטעלט א ליסט פון 30 בחורים מיט נעמען (יא מיט נעמען, איך ווייס נישט וואס ער האט קעגן די בחורים) אז זיי זענען געפערליך און מען טאר מיט זיי נישט שטיין אין ווארט.

געווענליך איז גרינגער צו זאגן אז עפעס איז געווען נאר נישט ממש אהער און נישט ממש אהין, אבער דא איז דער פאקט אז מען רעדט דא פון ממש ממש אן אויסגעזויגענע מעשה, פשוטו כמשמעו, קיינער איז נישט קיין כופר, קיינער איז נישט קיין מחלל שבת, קיינער פון זיי פארפעלט ניטאמאל קיין תפילה בציבור (אז א אינגערמאן פארטראגט זיך נישט מיט די ווייב האט דאס גארנישט מיט קיין כפירה, איך לאז יעדן איינעם פרעגן אלע משפחות אזוי ווי איך האב געטוהן),

עס קוקט אויס ווי איינער האט דא אן אינטערעסע צו שטופן די מעשה פאראויס פאר סיי וועלכע סיבה, איך ווייס נישט צו ער האט א פאליטישע סיבה צו א פריוואטע סיבה אדער עפעס אנדערש, אבער יענער איז עתיד ליתן את הדין פאר די  בזיונות און די הוצאת שם רע וואס ער לאזט ארויס

אדרבה איך בעט יעדן איינעם אז פאר ער רעדט נישט צו אן איינגעשטעלטער אין אלכסנדר ישיבה צו אפילו מיט איינע פון די בחורים וואס ווייסן וואס טוט זיך אין ישיבה, צו צו איינע פון די משפחות וואס האבן דארט קינדער אדער די אנדערע משפחות, פאר איינער איז נישט מברר די מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן און ער שטופט ווייטער די שוידערליכע הוצאת שם רע איז ער עתיד ליתן את הדין

עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אבער דאס איז די פאקט
איך וועל דיר זאגן אביסל פאקטן. פאקט נומער איינס: די מעשה איז אמת. אפשר נישט אויף 30 בחורים אבער אויף 2 יונגלייט און אפאר בחורים איז עס אמת פאקט נומער 2: די פרעגסט וואס ווען ווי :וואס? סייענס איבער וואס איז געווען פאר די וועלט איז באשאפן געווארן(כפירה ממש)ווען? ווייס איך נישט. לכאורה ביי לאנטש. וואו? אין א לייברערי אין די געגנט. פאקט נומער 3 דו ביסט א פשוטער שקרן! די האסט זיך גארנישט נאכגעפרעגט!(אויב ביי דיר הייסט היידפארק שרייבער ווי חיי שעה און סענאטארוכו' נאכגעפרעגט ביסטו נישט אזא שקרן) גיי פרעג ר' ז. ש.(אויב האסטו דיר אביסל נאכגעפרעגט אין די אלכסנדר ישיבה דארפסטו וויסן וועם איך מיין. איך מיין אז ער איז ר"י אדער פון די ראשי ישיבה. איך האב פון אים געהערט אז די מעשה איז גענצליך אמת!(איך גלייב נישט אז דו וועסט אנקומען צו אים ווייל לויט דיין אינפארמאציע זע איך אז דו האסט זיך גארנישט נאכגעפרעגט. אבער אויב יא דאן רעד צו אים)און אויב קומסטו נאכאמאל מיט דיינע פאלשע שקרים. דאן אנטשולדיגט פארן אנהייבן צו רעדן צו דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 22:13 לינק ישיר 

די שנאה פון די ארונים צו אלכסנדר איז שוין 25 יאר אלט, ווייל אלכסנדר האט זיך געבויט פון די שוואכקייט פון סאטמאר, ווען סאטמאר ישיבה איז געווען אויפן ערגסטן פארנעם, און די נארמאלע עלטערן האבן נישט געוואלט שיקן די קינדער קיין קרית יואל,

בפרט זינט ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל און האט געניצט די ישיבה פאר זיין מיליטער, ער פלעגט האלטן העצערישע פאליטיק דרשות, דאס האט פאראיבעלט יעדן נארמאלן מענטש, אויף דעם חשבון האט זיך אלכסנדר געבויט א גוטע ישיבה, ווען ער האט אנגענומען אלע מציונים פון סאטמאר ישיבה קטנה'ס, אזוי אויך די אנדערע מציונים ישיבות,
סוף מ' יארן האבן עטליכע ישיבה קטנה'ס פון סאטמאר געוואלט ארויפציען א ישיבה גדולה, ר' אהרן האט שרעקליך פארפירט, אבער דער ברך משה האט יא געלאזט יעדן האבן א אייגן ישיבה גדולה, מאנסי האט געעפענט די ערשטע און ר' אברהם אטיק איז געווען ראש ישיבה שפעטער האט ר' שמעי' סאלאמאן איבערגענומען מאנסי ישיבה גדולה, דערנאך האט ר' יעקב טובי' ווייזער און בארא פארק אויך געעפענט א ישיבה גדולה, און דער חרון אף פון ר' אהרן איז געווען עד לב השמים,
ר' אהרן האט געפירט א מערכה מיט די בחורים פון בארא פארק און פון מאנסי אלס נקמה אויף מרדכי זילבערשטיין און יעקב טובי' ווייזער, אבער די אלכנסדר בחורים איז געווען א פייער מערכה, עד כדי כך, אז מען האט געסטראשעט איינגעשטעלטע וואס האבן געשיקט אויף אלכסנדר אז מען וועט זיי אויפזאגן,

יעצט נאך 25 יאר ווען אלכסנדר בחור האט שלום בית פראבלעמען האבן די ארונים גענומען נקמה און באצאלן אויף זייער רבי'ןס שטייגער מנה אחת אפים אין זיבעטן ריפ, און מ'האט זיי געמאכט פאר אפיקרוסים, סייענטיסטן דאקטוירים לויערס פיזיקער אסטראניסטן וכו' וכו', הבל הבלים הכל הבל, סתם קנאה שנאה און נקמה,

א ישיבה פון 25 יאר הצלחה לשם ולתפארת, די שענסטע פירות געבן זיי ארויס, הינדערטער מרביצי תורה מגידי שיעור רבנים וכו' זענען זייער ארבעט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרויניס העסליכע אטאקע קעגן אלכסנדר ישיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext