בית פורומים כל העולם כולו

די ריכטיגע נומבער פון בחורים אין ישיבה הגדולה קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2010 19:16 לינק ישיר 
די ריכטיגע נומבער פון בחורים אין ישיבה הגדולה קרית יואל


דער הייליגער חתם סופר איז אמאל געזעצן ביים סדר נאכט, האט אים זיין זון ר' שמעון געפרעגט לזכר וואס איז די מנהג פון גנבענען די אפיקומן, דער חתם סופר האט אים נישט גענפערט און ווייטער געזאגט די הגדה, נאכן ענדיגען די הגדה האט ער אים גענפערט אז דאס איז לזכר לא יחרץ כלב לשונו, ווייל א כלב שרייט וועם א גנב קומט, האט ער צוגעלייגט א מוראדיגע ווארט זאלסט נישט מיינען מיין קינד איך האב יעצט מחדש געווען דעם תירוץ נאר איך האב דיר געוואלט ווייזען אז מ'קען האבן קשיות און מ'דארף גיין ווייטער

שוין א וואך צייט וואס די צובראכענע זאליס פראבירן צו ברענגען נומבער'ס וויפיל בחורים ס'איז דא אין ישיבה הק' אין וויפיל אין גן החיות זייערע, באמת האב איך נישט געוואלט ענפערן ווייל זיי וועלן שריין אז דאס איז שקר און זיי וועלן יעדען טאג האבן נייע מעשיות, אבער נאך א וואך וועל איך ברענגען די גענויע נומבער'ס (קיינער מוז מיר נישט גלייבן יעדער קען אליין אראפ פארן ציילן) ומכאן הכלל כולו יצא אז זיי זענען מוחזק שקרנים און זיי זענען נישט אין כלל פון מילתא דעבידא לגלוי' לא משיקרי ביה אינש אדער זענען זיי נישט אין כלל פון אינש

אין ישיבה הק' ישיבה על קברו איז דא 4 שיעורים
שיעור א' איז כולל צעירים האט ב"ה 423 בחורים דאס איז נישט כולל די נייע צעירים אין וומ"ס
שיעור ב' האט ב"ה 195 בחורים כ"י
שיעור ג' האט ב"ה 105 בחורים כ"י
שיעור ד' גבוה האט ב"ה 65 בחורים

א שנעלע קאלקעלעשן איז 788 בחורים אין קרית יואל כ"י

דאס איז נישט כולל די ישיבה גדולה אין ב"פ וואס האט ב"ה 100 בחורים כ"י
און נישט די נייע צעירים אין וומ"ס וואס האט 60 בחורים כ"י

יעצט לאמיר גיין צו זייער ריזיגע גן החיות
לשיטתם מיט צעירים מיטן אריין נעמען יעדער וואס איז קעגען די סטרא אחרא האבן זיי 850 - 900 בחורים זייער א שיינע נומבער אבער צו מאכן אזא פראפעגאנדע ווייסט אז זיי זענען גוט צוקלאפט

ובזה יצאתי ווייל איך וויל נישט יעדען טאג ענפערן אנדער שטותים וואס די חיי שעה פארקויפן פאר זייערע מצה טאשן
וואס דאס איז חוץ דעם אז ווען ס'איז דא וואלן אין קרית יואל האט די ישיבה 1000 בחורים ובזכותם געווינט מען



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 19:46 לינק ישיר 

אונעם אנדערן פארום האט איינער געשריבן די פאלגענדע ציפערן פאר עטליכע ישיבות צילייגענדיג אז אלע תלמידים דארט זענען זאלונים
ישיבה תורת משה מאנטריאל: 125
ישיבה שאפראן (בלויז אנ"ש):  95
ישיבה נועם אלימלך (בלויז אנ"ש) 225
ישיבה גדולה מאנסי ווייס איך נישט.
ישיבה גדולה ירושלים 85.
ישיבה שערי תורה קרית יואל 175


קודם כל איז דאס שקר, ווייל חוץ שערי תורה אין קרית יואל אין ישיבה גדולה אין ירושלים איז דאס אויסדריקלעך נישט אמת,
עס קען זיין אז די זאלונישע בחורים מאכען די ווינט אין יענע ישיבות אבער עס איז קלאר אז קיין איינס פין די ישיבות האבען נישט קיין רוב פין קיין זאלונישע בחורים, טראץ וואס אינאיינעם מיט די 'ריכטיגע' בני יואל וועט אפשר יא  זיין א שיינע פראצענט אבער ווייט פין רוב.
צווייטענס די ציפערן וואס ער ברענגט זענען אויך ווייט פין אמת, אין שמיעסענדיג היינט מיט איינעם וואס האנדעלט מיט אסאך ישיבות האט עס זיך צישמייכלט ווען ער האט געזעהן די נומבער'ס, אין מיר דערציילט ווי די אלע ישיבות האלטן.

ישיבה תורת משה מאנטריאל:, אפשר אמאל, היינט צו טאגס האלט די ישיבה גדולה ווייט פין אמאל, ספעציעל נאך די איבערקערעניש פין די  פייער קרעקערס אין קעמפ פאריגע זמן וואס טראץ וואס מ'האט געווארפן אפאר בחורים (אלס קרבן ציבור, אין קיין שום באווייז אז זיי האבען עס געווארפן) האלט די ישיבה ווייט פין ווי עס האט געהאלטן אמאל
ישיבה שאפראן (בלויז אנ"ש {אנ''ש אדער בני יואל?}}):   אפשר אמאל, היינט האט מען פארשפארט רוב ישיבה גדולה אין דער מנהל ר' ש' י' מייזליש  איז געווארן אויפגענומען ביי די ישיבה קטנה פין די זאלונים אין ווילי'
ישיבה נועם אלימלך (בלויז אנ"ש {אנ''ש אדער בני יואל?)  האלט זייער ווייט פין די נומבער אין ישיבה גדולה, נאכדערצו וואס די ישיבה וואקעלט זיך ווען מ'איז שילדיג פאר די מגי''ש כמעט די גאנצע זמן וועיזשעס, (עס איז דא אסאך צו שרייבן אבער כ'וויל נישט אים נישט אויספראקען ברבים)
ישיבה גדולה מאנסי . ווער בעסער געוואר אויב ס'איז נאך אפען די ישיבה גדולה בכלל אין אויב יא מיט וויפיל בחורים דארט זענען געבליבן
ישיבה גדולה ירושלים . אה! די האסט גאר א סענס אף הומער, די ווייס אפשר פארוואס חיים הערש איז נאך אין אמעריקא? די ווייסט אפשר וויפיל מאל ער האט שוין פארשפארט די ישיבה גדולה אין ווי ער רייסט זיך ארום מיט די ישיבה גדולה בחורים?
ישיבה שערי תורה קרית יואל , לויט די זעלבע קאלקלעיטאר פין קווינס 900, די ווייסט אפשר פארוואס די מנהל ר' אהרן ווייס האט ריזיגנירט דעם זמן?

ע''כ באק נישט קיין ציפערן אין קיין ישיבות ספעציעל ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 01:18 לינק ישיר 

בחצרסטאמאר כתב:

דאס איז נישט כולל די ישיבה גדולה אין ב"פ וואס האט ב"ה 100 בחורים כ"י
און נישט די נייע צעירים אין וומ"ס וואס האט 60 בחורים כ"י



די נייע צעירים אינישט כולל ישיבת היכל התורה וואס האט נאך אנעקסטערע 63 בחורים אינעם צירעם עידזש וואס אישוין אריינגערעכנט

אינעם ישיבה גדולה סיסטעם

און דאס אלעס איז אחוץ פערציג בחורים וואס זענען ארויסגעגאנען די זמן פון וומ"ס צו אנדערע ישיבות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 00:30 לינק ישיר 

לידוע בעלמא איך האב פריער געזען שיעור ד' ליסט אקרואט 86 בחורים די אנדערע ווייס איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 00:25 לינק ישיר 

איך האב הנאה ווי די זאלי'ס שפרינגען אויף ווען זייער ספינס אויף וואס זיי ארבעטן שוין אזוי לאנג ווערט אזוי נישטיג ציווארפען

צווישען אנדערע באקט איינער אז בארא פארק ישיבה גדולה איז פיל מיט זאלי'ס, סאטמאר האט נישט קיין ישיבה אין ב''ב אין פין תורת חסד אין לאנדאן - א פאקטישע אפטיילונג פין ת''ת תו''י סאטמאר לאנדאן רעדט מען איגאנצען, די זעלבע מיט ישיבה אור התורה אין מאנטריאל אין שיעוד ד' - לצעירים פין היכל התורה אין וומ''ס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 22:58 לינק ישיר 

ווער אינטערעסירט וויפיל פלייש דיר האט און וויפיל פלליש יענער האט, איך מייואז עס איז שוין צייט אויפצוהערן צו זיין ביזי א גאנצן טאג מיט יענעם און פארנעמען מיטזיך אליינס, ב"ה מהר"א איז א פאקט און מהרז,ל איז א פאקט ביידע זענען גרויסע רבי'ס און פארטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2010 21:57 לינק ישיר 


הרב בחצר,

במחילת כבודך, וועל איך דיך קארעקטן:

שיעור א' איז כולל צעירים האט ב"ה 424 בחורים דאס איז נישט כולל די נייע צעירים אין וומ"ס
שיעור ב' האט ב"ה 192 בחורים כ"י
שיעור ג' האט ב"ה 109 בחורים כ"י
שיעור ד' גבוה האט ב"ה 78 בחורים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ריכטיגע נומבער פון בחורים אין ישיבה הגדולה קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext