אונעם אנדערן פארום האט איינער געשריבן די פאלגענדע ציפערן פאר עטליכע ישיבות צילייגענדיג אז אלע תלמידים דארט זענען זאלונים
ישיבה תורת משה מאנטריאל: 125
ישיבה שאפראן (בלויז אנ"ש): 95
ישיבה נועם אלימלך (בלויז אנ"ש) 225
ישיבה גדולה מאנסי ווייס איך נישט.
ישיבה גדולה ירושלים 85.
ישיבה שערי תורה קרית יואל 175
קודם כל איז דאס שקר, ווייל חוץ שערי תורה אין קרית יואל אין ישיבה גדולה אין ירושלים איז דאס אויסדריקלעך נישט אמת,
עס קען זיין אז די זאלונישע בחורים מאכען די ווינט אין יענע ישיבות אבער עס איז קלאר אז קיין איינס פין די ישיבות האבען נישט קיין רוב פין קיין זאלונישע בחורים, טראץ וואס אינאיינעם מיט די 'ריכטיגע' בני יואל וועט אפשר יא זיין א שיינע פראצענט אבער ווייט פין רוב.
צווייטענס די ציפערן וואס ער ברענגט זענען אויך ווייט פין אמת, אין שמיעסענדיג היינט מיט איינעם וואס האנדעלט מיט אסאך ישיבות האט עס זיך צישמייכלט ווען ער האט געזעהן די נומבער'ס, אין מיר דערציילט ווי די אלע ישיבות האלטן.
ישיבה תורת משה מאנטריאל:, אפשר אמאל, היינט צו טאגס האלט די ישיבה גדולה ווייט פין אמאל, ספעציעל נאך די איבערקערעניש פין די פייער קרעקערס אין קעמפ פאריגע זמן וואס טראץ וואס מ'האט געווארפן אפאר בחורים (אלס קרבן ציבור, אין קיין שום באווייז אז זיי האבען עס געווארפן) האלט די ישיבה ווייט פין ווי עס האט געהאלטן אמאל
ישיבה שאפראן (בלויז אנ"ש {אנ''ש אדער בני יואל?}}): אפשר אמאל, היינט האט מען פארשפארט רוב ישיבה גדולה אין דער מנהל ר' ש' י' מייזליש איז געווארן אויפגענומען ביי די ישיבה קטנה פין די זאלונים אין ווילי'
ישיבה נועם אלימלך (בלויז אנ"ש {אנ''ש אדער בני יואל?) האלט זייער ווייט פין די נומבער אין ישיבה גדולה, נאכדערצו וואס די ישיבה וואקעלט זיך ווען מ'איז שילדיג פאר די מגי''ש כמעט די גאנצע זמן וועיזשעס, (עס איז דא אסאך צו שרייבן אבער כ'וויל נישט אים נישט אויספראקען ברבים)
ישיבה גדולה מאנסי . ווער בעסער געוואר אויב ס'איז נאך אפען די ישיבה גדולה בכלל אין אויב יא מיט וויפיל בחורים דארט זענען געבליבן
ישיבה גדולה ירושלים . אה! די האסט גאר א סענס אף הומער, די ווייס אפשר פארוואס חיים הערש איז נאך אין אמעריקא? די ווייסט אפשר וויפיל מאל ער האט שוין פארשפארט די ישיבה גדולה אין ווי ער רייסט זיך ארום מיט די ישיבה גדולה בחורים?
ישיבה שערי תורה קרית יואל , לויט די זעלבע קאלקלעיטאר פין קווינס 900, די ווייסט אפשר פארוואס די מנהל ר' אהרן ווייס האט ריזיגנירט דעם זמן?
ע''כ באק נישט קיין ציפערן אין קיין ישיבות ספעציעל ווי יעדער קען זיך אליין איבערצייגען