נאך די מכות וואס איז פארגעקומען שבת אין ביהמ"ד הגדול אויף הופפער ווי 6 מענטשען זענען פארוונדערט געווארן און יעדער האט געשפיגן אויפן רב קומט די גוטע נייעס אז ביי שלוש סעודות איז שוין דארט נישט געווען קיין מנין
אלע לעכער פון ווילאמסבורג איז געווארן געפאקט מיט מענטשען
קהל האט אפגעזאגט אלע אנגעשטעלטע
און בי פישמאן ברודער גייען היינט צוריק נעמען די ביהמ"ד
די ת"ת גייט זיך אויך פארמאכן היינט
וכו' וכו' וכו' בקיצור אלעס איז געשטארבן
איך האב נאר צו זאגן פאר די דערביטערטע דעפרעסטע זאליס איך פארשטיי ענקער ווייטאג והמקום ינחם אתכם
נשלח ב-19/10/2010 17:15
איך וועל דיר מסביר זיין צום ענין, די זאליס זענען נעבעך אזוי צוקלאפט די לעצטע חודש צוויי און זיי זיכן סימני חיות, די בילד ווי עלטערע צובראכענע זאליס פון 50 60 יאר טרייסטן זיך מיט די "מכות" וואס איז געגאנגען אין הופעער דעם שבת כלשונם האט ארויף געברענגט אויף מיר א שמייכל אז זיי שטייען נעבעך אויף דעם מצב זיך צו טרייסטן מיט חלשות, האב איך געפרעגט די אידן, "איז לו יהא כדבריכם וואס איז געשען? איז ביי שלוש סעודות געווען ליידיג זענען אלע געווען אין די לעכער?" דאס ביטערען טעם וואס די ווערטער האט זיי געמאכט האט מיר געגעבן צו פארשטיין זייער מצב
נשלח ב-19/10/2010 14:20
איך ווייס נישט ווי פאררוקט מען קען זיין, איך בין געווען אין הופפער דעם שבת עס איז געווען זייער א שיינער דאווענען, און אינמיטן לייענען האט מען געהערט קולות אזוי ווי מען פלעגט אלע יארן הערן אין ראדני, נאך מער פון דעם עס איז געווען גאר דער זעלבער עסקן וואס פלעגט שטיל מאכן אין ראדני מיט קולי קולות האט דאס געטון יעצט אין הופפער, און היינט פונקט ווי דעמאלס איז ער געווען כשר גערעכט, און ער האט געטון וואס ער האט געדארפט טון משתיק צו זיין די שמועסער'ס.
אבער איין באשעפער ווייסט ווי קומט דא אריין די גאנצע סאטמאר פאליטיק אין א שמועס אינמיטן לייענען, קען מיר איינער דאס מסביר זיין? ווילט איר מיר זאגן אז אין ראדני רעדט קיינער קיינמאל נישט ביים לייענען? מענדלאוויטש דרייט זיך נישט ארום שטיל מאכן? וואס איז די טומל דא?
נשלח ב-18/10/2010 20:21
נפל מיט דיר זיך טענען איז זייער שווער ווייל דיין שוואגער וועט דיר זאגן אנדערש ע"כ רעד איך נישט צו דיר און נישט צו דיין שוואגער שוויגער שווער נאר צו די וואס וויל וויסן און הערן
די גרויסע נפק"מ צווישן די מעשיות וואס ווערט דא באשריבן אויף כל העולם און די נעכטיגע באשרייבונג איז, אז ווען איינער שרייבט דא א למכה מצרים מעשה און מע גייט נאכדעם אין גאס אדער אין שול ווייסט כמעט קיינער נישט פון דעם, נישטא קיין 100 טעקס מעסעדזעשס פון דעם וכו' וכו'. משא"כ נעכטן ווי איך בין געגאנגען האבן נעבעך הלאטע אידן מיט לאנגע ווייסע בערד זיך געטרייסט "האסט גהערט וואס איז פארגעקומען אין הופעער דעם שבת" די טעלפאן קאלס וואס איך האב נעכטען באקומען פון זאליס מענטשען מיט א שמייכל "אה אה מכות גייט צווישן די ארונים" האט מיר ארויס געוויזן זייער בראך ווי מיט א ליגינט וואס איינער וואס וויל "חיי שעה" האט געבאקן אויף הייד פארק "לאחר הסוכות מקמח שנטחן" האט העפי געמאכט אלע צובראכענע זאליס, דאס האט ארויס געברענגט נעבעך זייער בראך.
און דאס האב איך יעדען גענפערט, לו יהא אז דאס איז אמת וואס גייט זיין? ביי שלוש סעודת איז געווען ליידיג ווי ביי דיין שטריק? זענען אלע געלאפן אין די לעכער פון וומ"ס כלשון הנקודה הפנימית? האט איינער ארויס גענומען זיינע קינדער פון די מוסדות זונטאג? איז ווילסאן צוריק אפען? איז וויטא לאפעז ארויס פון זיינע סקאנדאלען? זענען ענק צוריק בעה"ב אויף סאוט 8 שול?
המקום ינחם אתכם בתוך שאר ............. עד שתבואו לבית דין כדת משה וישראל
נשלח ב-18/10/2010 17:09
בחצר
אקוראט אזא באריכט קען מען שרייבן אויף יעדע פון ענקערע "באמבעס" קעגן די זאליס... מאך זיכער זיך צו קוקן אין שפיגל ווען די לאכסט.