בית פורומים כל העולם כולו

גרויס פארשריט מקוה טהרה - סאטמאר וומ"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2010 21:24 לינק ישיר 
גרויס פארשריט מקוה טהרה - סאטמאר וומ"ב

מ'ציט שוין ארויף די ציגעל




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 17:03 לינק ישיר 

תושבי לאנדאן שטייען אין די רייע צו באשייערן למען קדושת של ישראל
אריינצוטראגען די 1800 דאללער פאר סאטמאר וומ''ס רב שליט''א
כפי בקשת מרן רבינו שליט''א

מען ווארט אריינצוטראגן די שקלי הקודש צום רב שליט"א

 

 

 

 

באזוך פון הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א

 

 

 

 

הרבני החסיד מוה"ר יצחק אייזיק לעוו הי"ו מזקני קהלתינו הק'

ביים אריינטראגן שקל הקודש צום רב שליט"א

 

דער ציבור ווארט אריינצוטראדן שקל הקודש

 

 

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2011 01:48 לינק ישיר 
די הייליגע פראיעקט למען קדושתן של ישראל

שטארקע פראגרעס ווערט געמאכט טעגליך 

 

 




http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/47Shoftim-5771/Mikvah-Elul5771




תוקן על ידי היראים ב- 05/09/2011 01:55:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2011 03:41 לינק ישיר 

אז מען זאל לאזן הרה"ג ר'חק"ק זיין אינוואלווד איז א שטיקל פלא, עס איז אינטרעסאנט צי וויסן (און ווער עס וויסט זאל ביטע פאסטן) ווער עס האט אים גערופן אין אפשר איז ער גאר געקומען אומגאלאדענט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2011 01:58 לינק ישיר 

עס איז שיין צו זעהן אויף די בילדער הרה"ג ר' חיים קלמן קליין פון קרית יואל וואס טראץ ער הייסט נישט פון די גוטע פריינד באקוקט מען נישט די ציצית נאר מאיז גרייט צו הערן פון יעדן וואס וויל העלפן כשרות און טהרה בי כלל ישראל, און מארבעט אינאיינעם מיט א פרעמדן אדער מעגליך גאר שונא פונקט ווי מיט אן אייגענעם, (און איך בין זיכער אז אזאנא אידן ווערן אויך צעביסלעך אטאמאטיש אויס שונאים אפילו זיי הערן זיך אן מיט כל דברי שקר ולשה"ר אויף ערליכע אידן זעהן זיי עכ"פ אז סאיז גאר ווייט פון דעם וואס זיי הערן און מאיז גרייט צו לעבן בשלום אויפצוטון פאר אידישקייט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2011 01:11 לינק ישיר 

רבני ודייני קהילתינו הק' שליט"א ביי הלכה'דיגע דיון

אין בנין מקוה טהרה החדש אין וומסב"ג

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג העעל"ט

 

 

הגאוה"צ אב"ד קהליתנו וויליאמסבורג שליט"א, רב דקהלתינו מאנסי שליט"א, דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, דומ"ץ דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, הרה"ג ר' חיים קלמן קליין שליט"א מקרית יואל

 

אויך ווערט געזעהן דער געטרייער איבערגעגעבענער קאנטראקטער

מוה"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו פון קרית יואל

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 01:28 לינק ישיר 
בחצרות סאטמאר: גאב''ד ירושלים ביי די מקוה טהרה

בקודש פנימה

נעכטן איז הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א בן האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א פון ארה"ק אריין אל הקודש פנימה ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם ספר "פאר ישראל" פון האדמו"ר רבי ישראל שלום יוסף מ'בוהוש זצ"ל וועלכע זיי האבן אצינד ארויסגעגעבן לאור עולם.

 

אויך זענען נעכטן אריין הקודש פנימה די תלמידי ת"ת ווייטצען פון שיקאגא וועלכער זענען געקומען צו מקבל ברכת קדשו פון רבינו שליט"א.

 

ביינאכט איז דער רבי שליט"א געווען מנחם אבל זיין משפחת הרה"צ המנוח ר' אשר ישעי' כהנא זצ"ל מ'ספינקא – קרית יואל ווי עס זענען געזיצן שבעה זיין ברידער האדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א און בניו החשובים שליט"א.

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א' ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן א שיעור בספר תהלים פאר די תלמידי הישיבה.

 

אין די פארמיטאג שטונדן זענען די בחורי ישיבת קארלין סטאלין פון בארא פארק אריין אל הקודש פנימה ווי דער רבי שליט"א האט זיך פאראינטרעסירט אויף זייערע לימודים און געגעבן ברכת קדשו.

 

דאן זענען געקומען די תלמידים פון "ישיבה ד'ברוקלין" פון פלעטבוש וועלכע זענען אויך אריין צום רבי'ן שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט פאר זיי און די רמ"י הישיבה מאציל געווען ברכת קדשו.

 

הכנס"ת צום ביהמ"ד ברך משה – סקילמאן סט.

היינט נאכט וועט אי"ה פייערליך געפראוועט ווערן דער הכנס"ת צו ביהמ"ד החדש ברך משה אויף סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג וועלכער וועט אי"ה אריינגעגעבן דורך משפחת גאלדשטיין החשובה לע"נ זייער אומפארגעסליכער פאטער הרה"ח הישיש ר' מאיר לייב ז"ל מזקני תלמידי וחסידי סאטמאר.

 

דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען צום מעמד הריקודין אין היכל הביהמ"ד ארום 7:00 אזייגער.

 

-תנו כבוד לתורה-

 •

 

היינט נאכט וועט אי"ה זיין זמן כניסה אין וויליאמסבורג ביז אום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א.

 

עס ווערט געמאלדן אז אי"ה דעם שב"ק – פ' קרח וועט אי"ה מרן רבינו שליט"א וויילן אין וויליאמסבורג און פראווען דעם שב"ק בתוככי קהלתינו הק' און ווי אויך אי"ה פאהרלערנען פרקי אבות און געבן דברי הדרכה והכנה לימי הקיץ.

 

אפיעל לטובת מוסדותינו הק' בארא פארק אין וויליאמסבורג

אנשי שלומינו אחים לדיעה תושבי וויליאמסבורג נעמען אין די טעג א חלק אינעם יערליכען אפיעל לטובת מוסדותינו הק' אין בארא פארק וועלכער איז א הערליכער צווייג אויפן שיינעם בוים פון ממלכת סאטמאר איבער די וועלט.

 

-שטיצט די הייליגע מוסדות-

 

רבנים שליט"א באזוכן אין היכל ישיבה גדולה – שיעור ד'

היינט פארמיטאג האט הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ירושלים עיה"ק באזוכט אין היכל הישיבה הגדולה – שיעור ד', ווי דער דיין שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים.

 

אויך האט נעכטן כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א אפגעשטאהט א באזוך אין היכל הישיבה ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים.

 

קבלת פנים אין קרית יואל לכבודו פון הגה"צ דומ"ץ ירושלים שליט"א

נעכטן נאכט איז אין קרית יואל פאהרגעקומען א בכבוד'יגער מסיבת קבלת פנים לכבוד הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, אין שטוב פון מוה"ר שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו חבר הנהלת ישיבה גדולה – שיעור ד'.

 


כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א באזוכט ביי הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א און אין די מקוה החדש אין וויליאמסבורג

נעכטן - מאנטאג העעל"ט

 

 

 

 

ביי די מקוה טהרה

 

 

 

 

 

 

 

 ♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 22/06/2011 01:34:57





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2011 02:42 לינק ישיר 

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א

באזוכט די מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג

מיט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א

פארגאנענעם מאנטאג העעל"ט

 

בילדער דורך: ד.ה. כרם - די וואך

 


 


 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2010 22:06 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=UAzYOq1kbDQ
http://www.youtube.com/watch?v=pb699y6CIxc



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 22:05 לינק ישיר 

* width="560" height="340"> <* * width="560" height="340"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויס פארשריט מקוה טהרה - סאטמאר וומ"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext