בית פורומים אידישע געדאנק

כ"ק גאב"ד ירושלים אצל כ"ק אדמו"ר מלובאוויטש זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2010 03:08 לינק ישיר 
כ"ק גאב"ד ירושלים אצל כ"ק אדמו"ר מלובאוויטש זי"ע

דער גאב"ד ר' יצחק טובי' מיט הרבנית גייען אריבער ביי כ"ק אדמו"ר מלובאוויטש זי"ע ביים טיילן דאלארען





תוקן על ידי נפל ב- 19/10/2010 03:09:32




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:56 לינק ישיר 

איך נעם נישט קיין שטעלונג, זיין משפחה וועט בעסער וויסן אויב קענען זיי זיין רעבעצין (דארף לכאורה צו זיין די ערשטע)

אבער תשנ"ח ביי קרן הצלה האט ער געהאט א ווייסע בארד בערך ווי דעם בילד, קאן זיין א תשנ"ד האט ער געהאט א געדעכטע שווארצע בארד?

קען זיין.

 

און דאס פרעגט אים נישט אפ, אזוי ווי אומזיסט זאגט, ער האט נישט געלערנט אין סענדז סט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 17:38 לינק ישיר 
שקר

דאס איז נישט דער ירושלימ'ער רב, איך געדענק אים נאך פון אנטווערפן פאר איבער 15 יאר צוריק, ער האט קיינמאל דאן נישט אזוי אויסגעקוקט,

אדרבה מאכט'ס א חשבון דער ליבאביטשער רבי איז געשטארבן תשנ"ד, צוויי יאר פארדעים איז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט געטיילט מטבעות געהעריג ווי אויפ'ן בילד, און דעמאלס האט נאך כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א געהאט א געדעכטע שווארצע בארד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 17:25 לינק ישיר 


אמזיסט די האסט א פוינט אסאך קנאישע רבי'ס זענען געווען ביים ליובאוויטשער אפי' דער רבי זי"ע בעל דברי יואל איז עם געגאנגען מנחם אבל זיין כידוע

אבער מיין פראבלעם דא איז די רעבעצין קיינער איז נישט געגאנגען מיט די רעבעצין, און ווער ס'האט געזען די מקור הבילדער האט געזען ווער זענען געשטאנען פאר ירושלימער רב וועלעכע גוים מיט גויטעס.
און וואס וואלט געווען ווען די בילד וואלט געווען פון סאטמאר רבי (מהר"א) וואס וואלסטו דעמאלס געזאגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 14:42 לינק ישיר 

מצומצם. דער ליובאוויטשער איז טאקע געווען גוט פאררוקט און פארדרייט, אבער נישט קיין ציוניסט. יעדער ליובאוויטשער וועט דיר דאס זאגן, אודאי ער האט אויף גענומען און מחניף געווען די גרעסטע ראשים זיייערע, אבער יעדע זאך האט עפעס א פאררוקטע (נוסח ליובאוויטש) תירוץ.

דעם רבי'נס פראבלעם מיט ליובאוויטש האט זיך נישט אנגעהויבן ביי ציונות. ער איז געווען גענוג פאני און פארקרומט אן דעם אויכעט.

ווידער דער גאב"ד איז נניח געווען אנגעהערט צו די מער קנאי'שע קרייזן, אבער די סאטמארע תורה אז יעדער איז א שייגעץ און מען טאר נישט איבער טרעטן די שוועל ביי יענעם, דאס האט ער נישט מקבל געווען (ער איז עלטער ווי סענדז סט.).

און די וואס ווייסן. האבן אנדערע גדולי וצדיקי הדור פון די קנאי'שע קרייזן (יעצט אויף די מינוט דערמאן איך זיך נאר: תו"א רבי זצ"ל) געטון דאס זעלביגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 08:01 לינק ישיר 



ס'קען זיין אז ער איז בכלל נישט געגאנגען נעמען א דאלער, עס קען זיין אז ער איז געגאנגען וועגן א צווייטע סיבה. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער גאב"ד וועלכער איז אלע יארן געווען א קנאי זאל גיין נעמען א דאלער פון די וועלטס גרעסטע ציוניסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"ק גאב"ד ירושלים אצל כ"ק אדמו"ר מלובאוויטש זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext