בית פורומים כל העולם כולו

איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2010 03:35 לינק ישיר 
איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסר

איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסור

עס ווערט ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, איך קען שרייבן א גאנצע באשרייבונג און אראפלייגן ווי 'פאני' ס'זעט אויס ווען דער טאטע\מאמע זיצט רוהיג נאך א שווערע טאג און דער טעל קלינגט און א פגע רעה קלאט אויפן טעל בעטן 18$ פאר א ראפל וכדו'.

ווען א לעבעדיגער מענטש זאל זיין אויפן טעל, וואלט איך דאס נאך אפשר אראפגעשלינגען. די חוצפה איז אז איינער מאכט געלט פון מיר צעגערן די נערוון. ער שיקט ארום רעקארדירטע מעסעדשעס אן זיך רעכענען מיט יענעם אויף קיין איין רגע, דער עיקר איז אז ער האט היינט געמאכט נאך אפאר דאלער פון צושטערן מיין שעה מנוחה.

ערגער איז נאך ווען ער שיקט 3 מעסעדשעס אין די זעלבע נאכט און איך האב 2 טעל ליינס, דאס מיינט אז איך באקום נישט ווייניגער ווי 6 צודרייטע טעל קאלס.

נאך ערגער איז ווען איך בין פונקט אויפן צווייטן שטאק און די ענסערינג מאשין רופט זיך אן אינטען ווען די קינדער שלאפן שוין, און א חצופה רופט צו א סעיל, אדער אויסצוהערן א צניעות שיעור און ס'וועקט מיר אויף אלע קינדער.

עד מתי?!

דינא דמלכותא דינא!

דארף איך שווייגן און ליידען ווייל דער ליידיגייער מאכט געלט אויף דעם אופן?

דארף איך שווייגן און ליידען און זיך נישט שיצן מיט מיינע קינדער אפילו ווען יענער טוט א עבירה מיטן עובר זיין אויף דינא דמלכותא?

זיין תירוץ וועט אוודאי זיין אז לעגאל מען מען רופן פאר נאון פאר פראפיט אדער פאר פאליטיק. אבער דער שגץ שיקט מעסעדשעס אויך פון נישט נאון פאר פראפיט, ער איז אזא מערדער אז ער שיקט אויך 'סעילס' אן קיין שום בושה!

ער איז זייער סאפיסטעקירט מ'קען דריקן 1 און ס'קלינגט צום באשטעלער וואס האט באשטעלט די פאון קאל. ווען ער וואלט ווען געגעבן א אפשען נומער 2 אז מען זאל קענען דריקן אויב וויל מען אראפגיין פון זיין ליסטע, החרשתי. ווען ער זאל ווען טון די אומרעכט און רשעות 1-2 אפילו 3 מאל א וואך, אפשר החרשתי. אבער היינט אליינס האבן איך באקומען נישט ווייניגער ווי 6 פארשטינקענע פאון קאל'ס, דער מערדער האט אויפגעוועקט מיינט קינדער 4 מאל!

רבותי, ווי אזוי ווערט מען געוואר ווער די קאמפאני איז? איך האב שוין פראבירט עטליכע מאל געוואר צו ווערן ווער זיי זענען כדי איך זאל זיי קענען בעטן זיי זאלן אראפנעמען מיינע נומערן, אבער ער באהאלט זיך גוט אויס.

איך וויל נישט דארפן איינגעבן א קלאגע, איך וויל דאס קענען שליכטן אויף א אידישען אופן.

ביטע העלפט מיר!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2010 02:43 לינק ישיר 

Lets call the store to find out
which Company they used to
make illegal telemarketing
calls with no option to be
removed.

Then post their info here תוקן על ידי - allgood1s - 24/10/2010 02:50:11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2010 02:38 לינק ישיר 

Got a call on a number placed on the do not call list from 7182859327 Advertizing a sale at "StyleNdecor" 1825 65th st. Brooklyn NY 11219 Tel. 7182345611 Fax 7182345612 Email [email protected] http://www.stylendecorny.com



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 23:58 לינק ישיר 

קיין נפק"מ וואס זיי מאכן יא אדער נישט, טוט א טובה פאר זיך אליינס, ווען איר באקומט אזא טעל קאל מאכט זיכער צו דירקן 1 און שלעפן די צייט אויפן טעל, גיבט קלאמפישע קרעדיט קארד נומערן, מאכט זיכער אז די ליינס זענען דשעמד פאר שטותים, אויב קומט איר אן צו א וואויס מעל מאכט זיכער אנצופילן די וואויס מעל מיט סיי וואס.

און זאגט אן פאר אייערע חברים צו טון דאס זעלבע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 23:37 לינק ישיר 

למעשה איז דא אסאך חשובע מוסדות וואס איז וויכטיג צו געבן צדקה אין זיי קומען צו אונז אין בית מדרש גיב איך זיי
אבער בשעת זיי קלונגען אין טעלפאן בין איך אלעמאל מחליט לכל הפחות יענע מינוט זיי נישט צו געבן

איך בין אינטערסירט צו עס איז דא מענטשען וואס לכבוד אזא קאל גיבן זיי מער געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:29 לינק ישיר 

אויב וועט דער עולם נישט צולייגן א האנט, קען זיין אז איך וועל ליידער דורכפאלן, אויב ווייסט איר ווער עס פארמאגט אזא סארט ביזנעס, פרעגט אים ווי אזוי מ'קען אראפנעמען א נומער פון זיין ליסטע, אויב וויל ער דאס נישט טון וועל איך אים אי"ה אינגאנצן אינטערברענגען!

Mark My Words



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 20:51 לינק ישיר 

זיי ניצן אלעמאל פאלשע איי דיס פון טויטע ליינס, ליינס וואס פארמאגן נאר א וואויס מעיל ווי מען קען איבערלאזן א מעסעדש אויב מען וויל מנדב זיין

למשל
435-227-3305
860-316-2733
203-220-6384

די ערשטע צוויי זענען פון די זעלבע חברה, זיי עדווערטייזן א טשייניז אקשען
דער דריטער עדווערטייזט טיקעטס קיין ארץ ישראל, איך גלייב אז ס'איז אפילו נישט נאן פאר פראפיט

הזמן יכלו והם לא!

ווי אזוי קען איך דאס סטאפן? אן דעם וואס איך זאל דארפן עובר זיין אויף מסירה?
איך דא א מהלך אדער איז נישט דא נאך א ברירה נאר מסרן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 19:32 לינק ישיר 

Calls to a cell phone is illegal even for a non profit, even a non profit is not allow to display a false caller id, which most of the time its fake. The phone company can't block it because they use different caller id each time. someone should please put here the number of the company that does the calls, so we could all call them and make sure they feel what we feel!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 19:19 לינק ישיר 

האלבערשטעם, א גאר גרויסע חלק פון די טעל קאלס זענען נישט באשטעטיגט אלס נאן פאר פראפיט.

דערווייל האבן אינגעלייט אין ביהמ"ד מיר געזאגט אז זיי טוען דאס שוין א לאנגע צייט, עס העלפט זיי א טויטע באנקעס דערווייל, אבער אויב וועלן זיין עטליכע הונדערט וואס וועלן דאס טון וועלן זיך די רשעות רציחה עדווערטייזינג אויפהערן.

געווענטליך די פאון קאלס קומען מיט א אפציע פון דריקן 1 און רעדן צו א מענטש. זיי דירקן 1 און בעטן אז מען זאל אראפנעמען זייער נומער פונם ליסט. און אויב איז דאס אז ענסערינג מאשין לאזן זיי א מעסעדש.

די חכמה דערפון איז צו האלטן דעם "מענטש" אויפן ליין ווי לענגער, למשה מאכן זיכער אז יענער הערט אויס אייער טעל נומער און שרייבט אראפ, אדער אנהייבן געבן סתם נומערן כאילו דאס איז א קרעדיט קארט וכו' אויך ביים לאזן א מעסעדש דארף מען נישט דווקא עפעס זאגן, מען קען אויב מ'וויל און מ'קען לאזן די ליין אפען, דאס וועט גורם זיין אז די עדווערטייזערס וועלן טראכטן 20 מאל פאר זיי שיקן ארויס נאך אזא מעסעדש...

אויב איז דא אפילו נאר 100 מענטשן וואס מאכן זיי אזוי מעשיגע, וועט זיך די זאך שנעל אויפהערן, ווער רעדט נאך אויב איז דא 4 און 500



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 19:03 לינק ישיר 

קענסט זאגען אלך ואמסור ביז מארגען א נאט פאר פראפיט מעג דאס טון אפילו ביי א דו נאט קאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 14:10 לינק ישיר 

נפל איז כשר גערעכט! מען קען קראכן! עס איז נאך אלס נישטא קיין אפשן פון אלך ואמסור, אבער עס וואלט געדארפט זיין א ווינד נישט צו שטיצן קיין שום קאמפאני אדער מוסד וואס קאלט ארום אויף דעם אויבנדערמאנטן אופן, איך למשל ווען איך וויל גיין צו א מלוה מלכה אדער סיי וואס פארא פונקציע און איך באקום איין אזא קאל טראכט איך צוויי מאל צו איך זאל גיין, אויב איך באקום מער ווי איין קאל פאר א מוסד דארף איך שוין נישט טראכטן איך בין נישט קיין קאנדידאט צו שטיצן טעראר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 13:09 לינק ישיר 

וויבאלד דו ביסט א איד און דו היטס די הייליגע תורה איז די אפציע פון "אלך ואמסור" קיין אויסוואל.
חוץ אויב דו גייסט פרעגן א דעת תורה.

אויב דו ווילסט עכט איז דא גענוג וועגן זיי צו בלאקירן. פרעג נאר אן דיין טעלעפאן קאמפאני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext