היינט איז באשטעטיגט געווארען אז די רבי שליט''א קומט קיין לאנדאן אויף א קורצה באזוך לכבוד די הכתרה פונעם נייעם סאטמאר - לאנדאן'ער רב שליט''א
פאלגענד איז א באריכט פין בחצרות סאטמאר
יושבת לאנדאן לבשו בגדי תפארתך
עס איז אצינד באשטימט געווארן אז אי"ה דעם קומענדיגן פרשת תולדות וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויספאהרן קיין עיה"ב לאנדאן צו באשיינען די מעמד הכתרה פון הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אלס אבד"ק דקהלתינו לאנדאן, וואס וועט אי"ה דאן פאהרקומען בתוככי עיר לאנדאן.
אין די טעג ווערט אויסגעארבעט די גענויע דעטאלן פון רבינו שליט"א'ס נסיעה, ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן אין לאנדאן אויף עטליכע וואכן טעג בקרב אנשי שלומינו תושבי אייראפע וועלכע קוקן ארויס אויפן' רבין'ס באזוך מיט א שמחה עילאה.