בית פורומים אין סאטמאר

רידערייען אין ישיבה גדולה קרית יואל ג' וירא ע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2010 04:06 לינק ישיר 
רידערייען אין ישיבה גדולה קרית יואל ג' וירא ע"א

א קבוצה פון בחורים וואס זענען לכתחילה נישט געווארן אנגענומען אין ישיבה פאר קומענדיגע זמן זענען אריינגעקומען אין ישיבה טראץ דעם וואס מען האט זיי געווארנט נישט צו קומען אין ישיבה, זיי האבן געמאכט איבערקערענישן.

דערווייל איז אומבאקאנט וויפיל בחורים זענען פארמישט, די הנהלה זאגט אז די בחורים וועלן ווערן איבערגעגעבן פאר די פאליציי, זיי קענען נישט צולאזן אז געציילטע בחורים זאלן מאכן איבערקערענישן בפרט תיכף אנהייב זמן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2010 17:44 לינק ישיר 

ליידער איז היינט צו טאג א מצב וואס איש כל הישר בעיניו יעשה, די הנהלה האט נישט קיין גרויס ווארט אויף מחוצפים, במילא איז ליידער נישטא קיין ברירה נאר זיך צו ווענדן צו די פאליציי צו האלטן ארדענונג, דאס קען געשען אין קרית יואל, אין באבעוו, אין קווינס, אין קראסנע, אין פאפא וכו',



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 18:08 לינק ישיר 

איז דאך ב"י גערעכט אז סאיז נישט דא מער קיין רבי'ס ווייל אז אין א אייגענע ישיבה איז רבי שוין ליידער נישט בע"ב איז דאך טאקע מער נישט דא קיין רבי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 18:15 לינק ישיר 

אז די בחורים ווילן אזוי שטארק צוריק גיין צו דעם פלאץ איז דאך א סימן עס איז יא א גוט מקום.... נישט אזוי?

- משה'לע כתב: דאס קען געשען אין קרית יואל, אין באבעוו, אין קווינס, אין קראסנע, אין פאפא וכו',......

- ביזט צוקער זיס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 20:07 לינק ישיר 

דאס קען און איז שוין געשען, אין וויזניץ האט דאס געהייסן מורדים וואס האבן אנגעפופן דעם רבי, און מען האט זיי משלח געווען, אין סאטמאר איז דאס געווען  (סוף שנות כ''ף ותחילת שנות למ''ד) וואס דאן האט דאס געהייסן די שווארצע, וואס מען האט זיי ארויס געווארפן, דאס פאסירט היינט צו טאג אין סקווער, תולדות אהרן, בעלז, קלויזנבורג, וכו',

איך וויל נישט דיסאפוינטן די בני יואל, אבער ס'זענען דא פלענטי רבי'ס, און פלענטי חסידים, נאר ליידער איז אויך דא פלענטי מחוצפים,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 02:29 לינק ישיר 

לכבוד משה'לע הצדיק
לאמיך דיר אויפקלערן אז נישט אין סאטמער תש"ל ווי די פארופסט דיך און נישט אין וויזניץ ביי די מורדים האט מען געדארפט רופן פאליציי זיי ארויס שיקן פון די ישיבה. ווייל ס'איז געוועהן א רבי וואס האט זיי געהייסן גיין און די אלע האבן ערליך אויסגעפאלגט.
קענסט פרעגן פון ר' יוסף ליב קאהן און הרב אלימלך יודא לאנדא אויב איך שרייב ריכטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 07:50 לינק ישיר 

די פאליציי מעשה איז שקר! איך האב עס מברר געווען. סך הכל איז מ.ל. וויטריאל ארויפגעקומען אראפצוטראגן די בחורים. און דרך אגב זיי האבן אויפגעהערט צו ארויפקומען אין ישיבה. נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט זיי געזאגט אז זיי זאלן נישט ארויפקומען ווילאנג די איבערקערענישן הערן נישט אויף

תוקן על ידי פריינדליך ב- 28/10/2010 07:52:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 22:24 לינק ישיר 

רופין פאליציי????????????
 
ענק זענען משוגע??????????????
 
פאר בחורים???????????????
 
ברוך אתה שלא עשני סאטמארער!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אין סאטמאר > רידערייען אין ישיבה גדולה קרית יואל ג' וירא ע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext