| נשלח ב-20/10/2010 19:19 |
|
| |
67 בחורים למיתה: פאליציי - טאמאטס אין קווינס
אן איבערקרעניש קומט פאר ביי די זאליס, ווען 67 בחורים וואס דארפן אריין גיין היי יאר אין שיעור ד' אין קווינס, האט מען ווידער ארויס געטראסקעט פון קווינס ישיבה אויף דער גאס, טאטעס און מאמעס דרייען זיך ארום צו בלוטיגט, און די בחורים גייען נעבעך לאיבוד רח"ל, און ר' זלמן לייב זאגט זיי מיט שפאס: איך קען גארנישט טאן...
עס איז נישט צום גלייבן די רשעות פון קווינס ישיבה, וויבאלד עס פירט זיך נישט צו קיין שידוך, און דארף אריין גיין אין שיעור ד', ווארפט מען דעם בחור ארויס אויף דער גאס, ביז היי יאר האט קווינס געהאט פאר זיי א כולל אין סקולען ביהמ"ד, ווי זיי האבן געצאלט אפאר דאלער אז מען זאל האלטן די בחורים דארט צווישען די 4 ווענט, אבער היי יאר האבן די זאליס אויף געהערט צו צאלן, און די בחורים דרייען זיך ארום אין אלע גאסן.
דאס הייסט להחזיר עטרה ליושנה? ווען מען נעמט די יושנה בחורים און מען טראסקט זיי ארויס...
היינט מיטוואך צופרי זענען אנגעקומען 11 בחורים פון שיעור ד' אין קווינס ישיבה, נאכן זיך דרייען פאר 2 וואכן אין דער גאס, האבן זיי געוואלט זיך צוריק אריין זעצן אין קווינס לערנען, ווען בלומענפעלד האט זיי דערזעהן, האט ער זיי געהייסען ארויס גיין, די בחורים האבן נישט געפאלגט, וואוסענדיג אז טאמער זיי גייען ארויס, גייען זיי זעלבסמארד, ווייל זייי האבן נעבעך נישט ווי צו גיין, איז געגאגנען בלומענפעלד און זיי אנגעהובעען ארויס צו שייגץ'ען מיט קולי קולות און ביזי בזיונות.
עס איז געווארן א מהומה, נו פארשטייט זיך אז אלע בחורים האבן גלייך א צד... עס איז געווארן פריילעך אין כאאס, די בחורים האבן אנגעהויבען צו שרייען בלומענפעלד נאצי, עס האט אנגעהויבען צו פליען פלעשער און טאמאטעס, ווען בלומענפעלד האט געזעהן אז די זאך איז ארויס פון זיין האנט, האט ער געריפען די פאליציי, און די פאליציי האט געהייסען פאר די בחורים אוועק גיין אז נישט גייט מען זיי ארעסטירען.
ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויף לייגן דא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 01:18 |
|
| |
ווער זאגט ס'גייט עפעס פאר?
אז דו ווייסט זיי מוחל און שרייב, און ברענג א בילד!
(ס'קען זיין פון פאטא שאפ אויך, דיינע קעלבער קויפן עני טינג..)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 01:49 |
|
| |
יעצט קאנפירמד!
די מעשה איז אמת! קווינס גייט אויף רעדער.. איכפת בלומענפערד שעלט די הנהלה, ער טענה'ט אז קיינער פון די הנהלה איז נישט געווען צום געפונען ווען ער האט זיך געשלאגן מיט די בחורים און ער איז געבליבן אליינס כאפן טאמאטן... ער האט זיך אויסגעדרוקט פאר א מיטגליד פון די הנהלה ווי פאלגענד: 'מיט פאליציי קען איך אליינס פירן די ישיבה! די הנהלה זאל אוועקשטיין פון מיר, איך דארף זיי נישט האבן אויב קומען זיי נאר ווען מ'קען גיין מיט א געביגעלטע סוט... זיי זאלן קומען כאפן טאמאטן פון די בחורים נאר איינמאל... מער וועט זיך זיי שוין גארנישט גליסטן צו פארשיקן די עלטערע בחורים....'
לויט ווי ס'קוקט אויס גייט די הנהלה אויספירן, אבער די בחורים האבן געשיקט א מעסעזדש אז טאמער גייט מען ווייטער פארשיקן די עלטערע בחורים גייט בלומענפעלד באצאלן דערפאר...וד''ל!
למכה מצרים בבכוריהם... ס'קומט פרייליכע טעג אין קווינס, דאס איז נאר די ערשטע חודש, ס'קומט צוויי אדר'ס היי יאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 02:45 |
|
| |
ברעקינג!
נאך די הייניטיגע כאאס, טאמאטעס, פאליציי, אין קווינס, קומט איצט פאר אן עמערשענסי מיטונג אין שטוב פון ר' זלמן לייב, איבער וואס מען זאל טוען מיט די 67 עלטערע בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס, און ווי אזוי מאכט מען זיכער אז מארגען קומען זיי נישט נאכמאל אין קווינס ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 17:23 |
|
| |
נישט פארגעסן, דער עיקר פראבלעם איז געווען די טאמעיטאס וואס ר' יונה האט געזען אין חלום, ווען ער איז איינגעשלאפן נאכן געכאפט ווערן ביים ליגנט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 17:58 |
|
| |
מלך, איך האב קאנפירמד די מעשה! ערשט האנטיגע אינפארמאציע, קראנט! ביי א קווינס בוי! קענסט לייקענען וויפיל דו ווילסט, קווינס פארט אויף רעדער! איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב מיר נאכגעפרעגט! א גוטן טאג
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:33 |
|
| |
זכר באנדל האט: 1) קאנפירמד די מעשה! 2) ערשט האנטיגע אינפארמאציע, 3) קראנט! 4) ביי א קווינס בוי! 5) קענסט לייקענען וויפיל דו ווילסט, 6) קווינס פארט אויף רעדער! 7) איך בין נישט דארט געווען, 8) אבער איך האב מיר נאכגעפרעגט!
זאג עס איבער נאך צען מאל, דערנאך מיין אין אז דו גייסט עס שוין גלייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:58 |
|
| |
מלךמלכים די האלטס שוין ביי די דריטע קאמענט אין דעם אשכול ווי די טרייסט צו לייקענען דאס ארויסווארפען די אלטע בחורים אין די איבער דרייענישן אין קווינס. קוקסט אויס צו זיין באצאלט פין נפתלי מאכסט אבער א שלעכטע ארבעט ווייל די בחורים דרייען זיך אין די גאס אין האבען אז אפענע אויער ביי יעדער נארמאלער מענטש ווייל אין פאקט האט מען די גרויסע זאלי בחורים יא אנגענומען אפילו זיי זענען אלט
די בחורים האבען גענומען די ערשטע קליפ פין די שווארצע זומער אין קווינס קעמפ אין עס איבערגעמאכט אין סטראשען אויף ווייטער http://www.youtube.com/watch?v=9Ty0KYEiJq4
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:59 |
|
| |
THE BLACK SUMMER'1' איבערגעמאכט
* width="480" height="385"> <*
אין איך וויל דא נאכמאל קלאר שטעלן אז לויט וויפיל איך ווייס איז נישט יעדער וואס ווערט באשמיצט אויף דעם ווידיא באמת שילדיג
תוקן על ידי קווינסחיות ב- 21/10/2010 19:02:51
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 19:08 |
|
| |
סאריי איך האב נישט קיין עקסעס צו יו טוב, טאמער די בחורים האבן עקסעס צו יו טוב, האט ר' נפתלי זייער גוט געטון אז ער האט זיי ארויסגעשטעלט פון ישיהב, אזעלעכע בחורים באלאנגען נישט אין קיין ישיבה דאס איז איימאל איינס.
צווייטנס, איך האב נישט געלייקנט אז מען האט ארויסגעשטעלט א שיין ביסל עלטערע בחורים, אויך נעם איך נישט קיין שטעלונג ווער עס איז גערעכט, איך פארשטיי די הנהלה, אין איך פארשטיי די עלטערן.
אבער, דא קומט א גרויסע אבער, אין ישיבה טוט זיך גארנישט, טאמעיטאס פליען נאר אין יונס חלום, אפשר ביי אלע ארונים אין חלום, אין ישיבה אין קווינס לערענט מען פלייסיג אין פארטיג, יעדער פארשטייט וואס עס טרייבט ענק צו מאכן אזעלעכע צידרייטע לגיונות, נעמטס קער אביסל פון ענקערע בחורים, אין סטאפס בלעמען יעדען איינעם פאר ענקערע דורעכפעלער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 06:53 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | סאריי איך האב נישט קיין עקסעס צו יו טוב, טאמער די בחורים האבן עקסעס צו יו טוב, האט ר' נפתלי זייער גוט געטון אז ער האט זיי ארויסגעשטעלט פון ישיהב, אזעלעכע בחורים באלאנגען נישט אין קיין ישיבה דאס איז איימאל איינס.
|
|
הייסט צו היידפארק לאזט (ווי רופסטו אים נאר, דיין מנהל?..) ר' נפתלי האבן עקסעס?...
אויב ער וואלט דיך געכאפט מיט עקסעס צו היידפארק וואלט ער דיך נישט ארויסגעווארפן?
אדער דעמאלטס וואלסטו אים צאמגעשאלטן אזוי ווי דיינע חברים פון יו-טוב?...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2010 08:56 |
|
| |
דאס זיך ארויס ווארפן עלטערע בחורים ווייל זיי זענען אלט געווארן און נישט קיין חתן געווארן, איז א רציחה שאין לשער.
מען שפילט זיך מיט אידיש בלוט אויף א שרעקליכער פארנעם.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|