די אהרוינים דא אויפן פארק און אין די בתי מדרשים אין שטאט שטייען מיט די צינג אינדרויסן ווען איינער פרעגט א שאלה וועגן די כאָאַס אין מאנרא ישיבה. זיי ווייסן פשוט נישט וואס צו עטנפערן און ווי אזוי מען עסט דאס. און עסן זיך דאס געזינט אז מען דארף ווארטן פאר "דער בלאט" ביז דאנערשטיג...
איין קליגער אהרויני האט שוין דערקלערט אז "עס קען זיך מאכן אפילו אין באבוב אויך"... ער האט פארגעסן פונם "פאקט" אז אין מציאות איז אזאנס דא "נאר אין מאנרא"...
דעריבער וויל איך העלפן די פארלוירענע נשמות אז זיי זאלן זיך קענען אביסל ריענטירן.
די קעפל פונם בלאט די וואך
גרעסטע חסידישע ישיבה אויף דער וועלט טרעט אריין אין נייעם זמן
נייע זמן אין ישיבה גדולה אנגעהויבן מיט גרויס עקסטאז, קרוב צו טויזעט בחורים, פולע כלי קודש צוגעלייגט צום ישיבה'ס פעי ראל, ספסלי בית המדרש שטארק פארמערט
קרית יואל - בלא בלא בלללאאא בלללאאא, און דאס איז טראץ דעם וואס די שונאים מבית ומבחוץ פארשפרייטן "שקרים וכזבים" השכם והערב, בללללא בלאאאא בללאאאאאא, זיי זענען אליינס צוטרייסלט און צוריסן צווישן זיך צוליב די שוואכע פירות וואס קומען ארויס פון דארט... בלא בלא בלא
מען ברענגט נייע מעבל צום ישיבה צוליב די פולע צוגעקומענע איידעלע בחורים
די הצלחה פון די פארגאנגענע זמן איז געווען ממש עד אין לשער, די בחורים פון שיעור א' זענען געשטיגן פילפאכיג מער ווי געראכטן, די הצלחה איז געווען אזוי גרויס אז רוב בחורים האבן שוין נישט געדארפט אריינגיין אין שיעור ב' צוליב זייערע געוואדליגע התמדת און ידועת התורה, צווישן די בחורים איז פארטיילט געווארן א אפליקאציע ווי יעדער מציון וואס דארף נישט גיין פון שיער א' צו ב' קען זיך אויסוועלן אויב ער וויל תיכף ומיד צו שיעור ג' אדער אפילו שיעור ד'
די אפליקאציע פאר די מציונים
ע"כ ווערט פאראויסגעזען אינם בלאט פון קומענדיגען דאנערשטיג...
עס איז דא גענוג אשכולות איבער סאויט 8 שול, דארטן וועל איך מיך מתווכך זיין מיט דיר איבער סאויט 8 טאמער ווילסטו פארשטייט זיך, דא רעדט מען איבער די איבערקערעניש אין קר"ילער ישיבה, נישט ווען סאויט 8, נישט וועגן די טאמעיטאס פון יונעס חלום, אויך נישט פונעם פייער אין קווינס קעמפ פארגאנגענעם זומער, מען רעדט פון די כעאס אין קר"י ישיבה ווי די הנהלה האט פארלוירן גענצליך קאנטראל אויף די בחורים.
נשלח ב-21/10/2010 17:54
אה! מלך איז געווארן נייפעלס אדוואקאט!, פארוואס איז מיין תגובה נישט זאכליך?, קעציל האט אריין געשאסן עפעס אז איך דארף האבן פעין וועגן סאוט 8, איז מייו ענטפער געווען אז אויב האט איר שוין געווינען סאוט 8 איז פארוואס זענט איר געלאפן אין געריכט מיט א קלאגע?, איז דאס נישט א זאכליכע פראגע?, בין איך נישט ערלויבט צו פארלאנגען א זאכליכן ענטפער?, און אויב האט איר באמת נישט א זאכליכן ענטפער קענט איר אלע צוזאמען ווייטער שטוינען!!!
אינטרעסאנט, נייפל ענטפערט פאר קעציל, מלך ענטפערט פאר נייפל... דאס הייסט אחדות און נועם המידות.
נשלח ב-21/10/2010 16:59
מען קען נאך מיינען אז משהלעלע האט געפרעגט אדער געזאגט עפעס זאכליך אז ער פארלאנגט א זאכליכע ענפער
נשלח ב-21/10/2010 16:46
נייפל ענטשולדיג פארן באדערן, האלסט נאך אינמיטן שטוינען?, איך ווארט זאלסט שוין ענדיגן און ענטפערן עפעס זאכליך. וויפיל איז דער שיעור צו שטוינען?
נשלח ב-20/10/2010 22:42
חיי עס קומט זיך דיר א קלאפ אין ריקן. ווען איך האב געליינט דיינע ווערטער אנפאנג אשכול האב איך זיך גקאטשעט פון געלעכטער איך האב אבער נישט געגלייבט אז ס'איז שוין גארנישט קיין ליצנות. יעצט ווייס איך נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן.
איך האלט אז משה'לע דארף בכלל נישט פילען קיין, דאס אז די ישיבה פארט יעצט אויף רעדער דארף אים בכלל נישט באדערן ווייל ביז ווען ער וועט האבן קינדער וואס דארפן גיין אין דעם ישיבה וועט שוין די ישיבה האבן א גוטע נאמען...
נשלח ב-20/10/2010 22:04
ב''ה, אבי איך ווייס שוין ווער עס האט מיין פעין, איך האב פארלוירן מיין פעין שוין באלד 10 יאר, ווען מען האט אונז אזוי מיאוס ארויס געווארפן פון ראדני בין איך געווען אדורך גענומען מיט פעין, און ווען מען האט געפענט הופפער האב איך דאס גענצליך פאלוירן, שוין א קיימא לן פון באלד 10 יאר וואס איך האב נישט קיין שום פעין, לא מיני ולא מקצתי, איך האב קיין אנונג נישט געהאט ווי דער פעין איז אהין געקומען, פיינעלי ווערן מיר היינט געוואר אז דער פעין איז חי וקיים, נאר אנשטאט משה'לע זאל דאס האבן, האט דאס מלך מלכים, ער פילט דעם פעין, נו, וועלן מיר עהם ווינטשן, אז ער זאל דאס ניצן געזינטערהייט!!!