בית פורומים אידישע געדאנק

שאקינג: פארוואס בלייבט נישט ר' אהרן אין לאנדאן אויף שבת?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2010 22:28 לינק ישיר 
שאקינג: פארוואס בלייבט נישט ר' אהרן אין לאנדאן אויף שבת?

פאפמפע דראמפע איז שוין אין פולן קראפט, דער בלאט אפיס זיצט שוין מיט גראפיקער און דעזיינער ווי מער אויפפאלענד צו מאכן דעם נייעס אז ר' אהרן פארט קיין לאנדאן אויף צוויי טאג. בחצרות פיקטשערס האט שוין געעפענט זייער צייטווייליגן אפיס אין לאנדאן וואס וועט ארויסשיקן די בילדער לכל קצוי תבל נאך אפילו בעפאר עס וועט האבן געשען. חיים שלמה פישער מיט בית רבינו רייסן זיך ביי די קעפ און שיסן טאמאטאס איינער אויפן צווייטן ווער ס'זאל פירן די נסיעה. צו דער זייט שפילט נאך צו די אינסייד פאליטיקס ביי די אהרונים אין לאנדאן, לעוו קעגן וואזנער, הכלל עס איז הויעך יום טוב.
 
א שאק האט אונז אבער באנומען, און פשוט'ע רחמנות געפילן האבן זיך אין אונז ערוועקט ווען מיר האבן זיך דערוויסט די סיבה פארוואס ר' אהרן וועט נאר פארן אויף לאנדאן פאר צוויי טאג, און פארוואס די פארענטשעס האט מען געדארפט ארויסשיקן מיט א שיף פון ניו יארק שוין פאר אפאר וואכן צוריק. נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער לאנדאנע קהלה וויל נישט באצאלן די אויסגאבן און קאסטן פון אזא נסיעה נאך וואס שמואל מרדכי פריעדמאן זייער ראש הקהל און בלאט קארעספעדאנט איז נאך שולדיג צענדליגער טויזענטער דאללער פון די פאריגע נסיעה פון ר' אהרן קיין לאנדאן.
 
עס איז א ווייטאג אז דער גרעסטער, שענסטער, בעסטער רבי אויף די וועלט זאל האבן אזוינע פראבלעמען פאר אזא נארישקייט ווי געלט. ר' אהרן! מיר האבן באמת רחמנות אויף אייך.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 23:12 לינק ישיר 

איך האב א הארבע פראגע ווער קען מיר ענפערען?

ווען הייסט א נסיעה קיין לאנדאן נאסע מאסע, אין ווען הייסט עס ביקור קודש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 23:16 לינק ישיר 

דער הסבר איז א פשוטער, הא לן והא להו, ענד אף סטארי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאקינג: פארוואס בלייבט נישט ר' אהרן אין לאנדאן אויף שבת?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext