ערענסטע קלעפ ביים אסיפה פון ועד בית רבינו
די ישיבה גדולה מיט די נייע ווען, נאכדעם וואס עס איז אריבער מער פון 24 שעה און די הנהלה האט נאך אלס נישט מצליח געווען צוריק צו נעמען קאנטראל אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן א ערענסטע פרעשאר אויף ועד בית רבינו אז די רבי דארף זיך אריינמשין.
שאשקע האט געשריגן מיט קולי קולות אז זי לאזט נישט ארויף ווייל די בושות וועלן זיין נאך מער זי איז געווארן הייזעריג פון שרייען (ווען מיין אינפארמאנט איז אוועק געגאנגען האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן שרייען, ס'קען זיין זי שרייט נאך אלס). דער רינדעכיגער קוטשי האט נישט נאכגעלאזט ער האט געקנאקט אין טיש פאטעיטע טשיפס זענען געפלויגן פון אלע זייטן. דער רויטער פיש כאפער איז געשטאנען ביים טיר אז די רבי זאל נישט קענען אריינקומען. דער קפשעל איז ארויס פון די גלייזן פון כעס אז ער קען נישט קומען צום ווארט. צום סוף איז ער ארויפגעשפרינגען אויפן טיש און געמאכט אזאנע קולות אז יעדער האט אים געהערט.
צום האט דער רויטער נישט געהאט א ברירה וויל פון די בריקעריי פונם אנדערן זייט טיר האט שוין אויסגעזען אז די טיר קומט באלד אראפ, צום סוף האט ער געפענט דעם טיר.
די ר' אהרן איז ארומגעלאפן פון איינעם צום צווייטן צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט א שטיקל בילד.
עס איז נאך דערווייל נישט קלאר ווער עס האט געטענהט וואס ווייל די צומישעניש און אנערכיע איז נאך גרויס, די טענות זענען אז די רבי זאל נישט גיין אין ישיבה רעדן צו די בחורים ווייל עס הערשט א פחד אז די נייע ווען וועט זיך צוקראצן פון די שטיינער וואס פליען דארט אין די לופטן. און פון די אנדערע זייט פאסט נישט אז די רבי לאז איבערלאזן דעם נייעם ווען אינטן און ארויף פארן מיט א פלענע קאר.
עס הייסט יעצט אז די רבי גייט אליינס מאכן א החלטה, די רבי טענה'ט אז ווען די ווען וועט אנקומען וועט תיכף ווערן רוהיג ווייל אלע בחורים וועלן "בלייבן שטיין פארגאפט" פון איר שיינקייט, און ער וועט כאפן די בחורים פארגאפטערהייט אין א סופרייז...
 |
|
|