האדמו"ר מהר"א האט ערהאלטן פון א חסיד א הערליכער ספרינטער, א ספרינטער איז א איז לאקסוסדיגער ווען און איז הערליך שיין, אויך קען זי אין ווייניגער ווי 2 מינוט פארוואנדלט ווערן אין א אנטי פראטעסט\וויילענס וויהיקל.
דערווייל איז ער דער איינציגסטער רבי וואס האט ערהאלטן אזא הערליכע מתנה פון א חסיד. עס איז צום גלייבן אז יעצט וועלן חסידים פון אנדערע רבי'ס אויך קויפן פאר זייער רבי א ספרינטער און די אלטע קעדילקס וועלן זיין א פארגאנגענהייט, בלויז די רבי'ס וואס פארמאגן נישט באמת רייכע חסידים וועלבן בלייבן מיט קעדילעקס.
א ספרינטער פון דערין
ספרינטער'ס לויפן צווישן 81 און 141 פערדן קראפט געוואנדן לויטן מאדעל. עס זענען פארהאן אסאך סארט ספרינטער'ס. און אסאך פיטשיפקעס וואס מען קען צולייגן. אנגעהויבן פון לייטס און סיירין און גענדיגט ביי סעטעלייט סיסטעמען צו קענען זיין פאבינדן בשעת מען פארט אפילו אויף די מרחקים.
א ספרינטער קען זיין אזוי לאנג ווי א פשוטע 18 פעסענדשער ווען און קען ווערן פארלענגערט ביז דאפלט און נאך מער. אזוי אויך קען א ספרינטער האבן פענסטער נאר ביים פארנט אדער קען די גאנצע לענג ממש ביז'ן סוף זיין בלויז גלאז, פארשטייט זיך אז ווען עס איז בלויז גלאז וועט די גלאז זיין העווילי טינטעד.
פון די סארט וואס מהר"א האט באקומען וועט מען צאלן פאר די ביליגסטע בלויז $40,000 און דאס איז נאך גארנישט, יעצט וועדט זיך וואס מען לייגט אלס אריין דערין, געוואנדן לויט וואס מען לייגט אלס אריין קען די פרייז גיין ביז 500 אלפים און אפילו נאך מער.
איך האב געפרעגט א אהרויני וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז אזוי פאסט פאר א רבי מאן מלכי רבנן בפרט אזא גרויסער רבי ווי ר' אהרן. די זכות פארן חסיד וועט אים ווידער ביישטיין, די זכותים פונם רבי'נס פארן צו די וויץ פעלדער און די שחיטה אזוי אויך די כחות וואס די רבי שעפט ווען ער פארט אויף וואקאציע וועט ווערן גערעכענט פארן חסיד. ער זאגט אויך אז ער האפט אז עס וועט זיין אין דעם די געווענטליכע טעל סיסטעם פונם רבי'ן אזוי אז די רבי זאל קענען ענטפערן שאלות אויפן טעלעפוין דאס וועט אסאך דערלייכטערן פאר די חסידים ווייל די רבי פארט אסאך צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל.
איך האב געפרעגט א זאלויני וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז ער איז נייגעריג אויב ס'וועט זיין דארט א כלי צו קענען זען אויב ס'וועט רעגענען אויפן ווייץ פעלד.
איך האב געפרעגט א בני יואלער וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז ער האפט אז ר' אהרן זאל פארן ווי מער.
פאר אונז בלייב נאר צו וואונטשן ער זאל דאס ניצן געזינטערהייט.
א ספרינטער פון דרויסן, דאס איז א פארמאכטע ספרינטער, געוונטליך לאקסוס ספרינטערס וועט די גאנצע וואנט זיין פון גלאז.
