בית פורומים אידישע געדאנק

פשעווארסקע רבי גיבט רשות = שאקירענד:חתונה געקענסלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2010 20:14 לינק ישיר 
פשעווארסקע רבי גיבט רשות = שאקירענד:חתונה געקענסלט

בני זואל זענען צופליקט און צוריסן צושפליטערט און צוטראסקעט, ווי מען גייט אין גאס הערט מען זאליס שרייען פוי, איך בין פריער אריין אין באנדאס גראסערי זענען געווען דארט צוויי צולאזטע קווינס באמעס זיי האבן פון כעס געטראקעט זאך פון די שעלווס בשעת דער בעל באס איז געשטאנען אין די זייט הילפס לאוז, האב איך אנגעשריגן די חיות, דער בעל הבית האט זיך גארנישט געפריידט אז איך נעם זיך אן פאר אים, ער האט אנגעהויבן מאכן קולות צוזאמען מיט די בחורים זיי האבן צוזאמען געשריגן פארשטינקענע אהרויני ארויס.

איך האב געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט פאר זיי נעמען זיך צו מיינע ביינער, אבער איך בין געווען הינגעריג בין איך אריבער צו גרינס פיצא, איך קען ענק נישט פארשטעלן וואס דארט האט זיך אפגעטון, פיצא פייס זענען געפלויגן, קיטשי מיטש מיט יעקל פעקל האבן גע'זרק'עט טישן זיי האבן געשפריצט קעטשאפ פון כעס.

יעצט האב איך שוין געכאפט אז די גאנצע זאלי באנדע האבן געכאפט אטאקעס איינס נאכן צווייטן, בין איך פון דארט אנטלאפען. אויפן גאס שטעל איך אפ א אינגערמאן ער האט מיר אויסגעזען ווי א היימישער נאר איך בין נישט געווען זיכער איך האב אים געפרעגט איידעלערהייט "וואס גייט פאר מיט די זאליס זייער גאנצער פארטיי איז עפעס נישט אין ארדענונג" ער איז רויט געווארן און אנגעהויבן שרייען רוצחים חלה דעקלעך...

בלית ברירה בין איך געגאנגען ביז ביהמ"ד המפואר צו הערן וואס גייט פאר, איך בין אריין געקומען, וואס זאל איך אייך זאגן? דער עולם איז העפי און אויפגעלייגט, גיי איך צו צו א אינגערמאן וואס האט אויך אויסגעזען זייער גליקליך און איך פרעג אים לשמחה מה זו עושה און אפשר וויסטו וואס האט גורם געווען די נערוון אטאקע אויף אלע עטליכע צענדליגע זאליס אן אויסנאם? פרעגט ער מיר האסט גארנישט געהערט? זאג איך אים ניין, זאגט ער מיר, די דארפסט ארויפגיין אויף כל העולם דארט פארציילט מען די גאנצע מעשה פונקטליך ווי אזוי ס'האט פאסירט.

אבער איך האב נישט קיין אינטערנעט זאג איך אים, אבער ער האלט זיך ביי זיינס, ער טענה'ט אז די גאנצע מעשה איז אזוי גוט באשריבן אויפן אינטערנעט אז ער קען דאס פשוט נישט נאכזאגן אזוי גוט ווי ס'שטייט... בלית ברירה האב איך געכאפט א באס אריבער קיין מאנרא, דארט האב איך זיך אריינגעזעצט אינם נייעם אינטערנעט בילדיג וואס די רבי האט ברוב קדושתו צוגעשטעלט און איך גיי אריין אין הייד פארק...

איך קען זאגן בפה מאל אז די ארומלויפעריי אין וו"ב, די נסיעה קיין מאנרא אלעס האט זיך געלוינט צו הערן אזעלכע גוטע נייעס. די חתונה איז פשוט געקענסעלט, גבריאל מאכט בכלל נישט חתונה, און אפשר האט ער בכלל קיין טאכטער נישט... ער זאגט קלאר מיט זיין אייגענע מויל "איך האב גארנישט מיט די גאנגצע חתונה"

ווער האט זיך געקענט גלייבן אז די זאלי בעקער זאלן קענען אויסטראכטן אזא באבע מעשה? נישט נאר האבן זיי אויסגטראכט אז ס'גייט זיין א חתונה אן רשות, נישט נאר האבן זיי אויסגעטראכט אז פשעווארסקע רבי האט געזאגט. זיי האבן אפילו אויסגעטראכט אויף ר' גבריאל אז ער מאכט חתונה!

אדרבה גלייבט מיר נישט רופט שוין און הערט דעם שטוינענדע שאקירענדע אפענע טעלעפאן קאל ווי ר' גבריאל זאגט אליינס אז ער האט גארנישט מיט די גאנצע חתונה! און אז די זאל געהערט בכלל נישט צו בני יואל...

איך וועל אייך איבערשרייבן ווארט ביי ווארט פון די שמועס איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ קיין איין ווארט (חוץ די רויטע)

איך בעט אייך א טובה, פאר איר ליינט ווייטער רופט דעם נומער און האלט מיט דעם שמועס ווארט ביי ווארט. 

206-222-2427

אשה
: העלוי

חלה דעקל: יא א גוטן איז עהה ר' גבריאל ס'עע איז אינדערהיים?

אשה: יא איין מינוט ביטע

ר' גבריאל: העלוי

חלה דעקל: יא א גוט יאר  דא רעדט מען פון עעם.. פון וויליאמסבורג, (וויליאמסבורג האט אויפגעהויבן א טעל און גערופן... וואס א נפק"מ ווער? וויליאמסבורג רופט פון שוין) איך האב געוואלט מ'האט מיר געבעטן איך זאל מאכן עפעס וועגן דעם עהה בנוגע דעם עההה בנוגע דע בנוגע די חתונה, ווילמיר פשוט, ס'גייט ארום די מעשה אונז האמער געוואלט הערן מער עהה מער מצידך
 
(ר' גבריאל ווייסט נאך נישט ווער עס רופט, ער ווייסט נאך נישט פארוואס יענער רופט, און ס'אינטערסירט אים נישט, ער ענטפערט "קריך אראפ פון מיר)

ר' גבריאל: איך האב נישט נישט די גאנצע פרשה, (ערשטע פשט איז, איך האב גארנישט מיט דעם חתונה, עפעס א צווייטער מאכט חתונה נישט ) איך בין א מענטש וואס האט נישט מיט די גאנצע פרשה צו טון (צווייטע פשט איז, איך האב אפילו נישט א כלה אין שטוב) מיין מחותן מאכט חתונה ער האט דאס באשטעלט, און עהה

חלה דעקל: יא אבער מ'הערט אז איר האט געפרעגט דעם פשעווארסקע רבי, וואלט מען געקענט באשטיין דא צו וויסן

(ר' גבריאל ווייסט נאך אלס נישט ווער דער פגע איז און בעט זיך, שאקל זיך אפ פון מיין רבי און הלאט זיך פעסט נישט צו זאגן וואס פשעווארסקע רבי האט אים גענטפערט)

ר' גבריאל
: די רבי קומט אויך נישט אריין אין דעם פאליטיק ער זיכט נישט צו זיין אינעווייניג

חלה דעקל: אויס דעם איז ער גרייט צו ענטפערן א ווארט דא, איך מיין וואס האט ער ארויסגעברענגט, דא זאגט מען אז ער האט געזאגט אז ער איז נאר רב אין זיין קהלה

(דער פגע לאזט נישט נאך, און פראבירט מיט אלע כוחות ארויסצושלעפן א ווארט, ער האפט נעבעך צו הערן אז דער מחותן האט בכלל נישט געפרעגט ר' לייביש, אבער דער מחותן וויל אים נישט צוליב טון און ענטפערט נישט אז ער האט נישט געפרעגט ר' לייביש, ליבערשט פארדרייט ער א קאפ פארן חלה דעקל און פליקט אים אריין)

ר' גבריאל
: ניין נע נע אין לאנדאן זאגט מען אין לאנדאן איז ארום געגאנגען א טעקסט מעסעדש, אז ער האט געהייסן אז מ'זאל נעמען ר' געציל, איז ממילא טאמער הייבט מען אן צו בויען וואס דער זאגט און יענער זאגט...

חלה דעקל: פרעג איך טאקע פון ווי קומט דעס דע גאנצע מעשה?

(דער שוטה לאזט נישט נאך און האפט נאך אלס אז דער מחותן וועט זאגן אז פשעווארסקע רבי האט בכלל נישט גערעדט דערפון אבער דער מחותן ענטפערט אים אפ)

ר' גבריאל: נע ס'נישט
(ערשטע פשט איז: ס'נישט ר' לייביש וואס האט דאס געזאגט) עה ס'נישט... (צווייטע פשט איז, ס'איז נישט בני יואלער זאל, ס'איז ר' אהרן'ס..)

חלה דעקל: איך וועל איך זאגן פערזענליך האלט איך פערזענליך האלט איך פערזענליך האלט נישט פון די גאנצע דאס.. איך האלט אז מ'האט זיך דא אריינגעלאזט אין זייער א שווערע עסק, אבער אזוי בקיצור איך פארשטיי

(דער שוטה הייבט אן כאפן אז ער קלאפט א וואנט, האט ער זיך איינגערעדט אז ער וועט אפרעדן דעם מחותן פון חתונה מאכן דארט, אבער דער מחותן דרייט אויס דעם דאטשיק און איז מחליט צו ווערן דער אינטערוויוער אנשטאט זיך לאזן אינטערוויוען)

ר' גבריאל
: ווי אזוי הייסט איר?

חלה דעקל: איך הייס אבראמאוויטש

ר' גבריאל: אבראמאוויטש?

(דער חלה דעקל טשיקענט אפ)

חלה דעקל
: עהה איר קענט נישט נישט א באקאנטער בקיצור איך ארבעט דא ביי דע גוט או קעי הצלחה רבה לאמיר האפן צו הערן גוטע זאכן גוטע זאכן
א גוטן כל טוב

איך האב גענדיגט ליינען די הייד פארק און אויסהערן דעם שמועס האב איך זיך געכאפט אז ס'איז צרות ווי א בארג! וואס טוט מען? דא זאגט דער מחותן קלאר אז ר' לייביש האט נישט געהייסן נעמען ר' געצלען... מיט אונזער עולם האב איך נישט קיין פראבלעם, מ'וועט שרייבן 10 מאל אז ר' לייביש מישט זיך נישט און דער בלאט וועט שרייבן...  און גענדיגט קאַפאָט. די פראבלעם איז מיט די זאליס זיי זענען דאך נישט קיין בהמות זיי וועלן גלייך פארשטיין פון דעם שמועס אז דער מחותן וויל דעם אנאנימען וויליאמסבורגער ריפער נישט ענטפערן וואס ר' לייביש האט אים געזאגט... אוי וויי! וואס טוט מען? מ'קען נישט פארקויפן אז ר' לייביש האט געהייסן נעמען ר' געצל און מ'קען נישט פארקויפן אז ר' לייביש האלט אז דער זאל איז א פראבלעם?! 

צום סוף האב איך זיך בארוהיגט, איך האב זיכער געגלייבט אז בשמחה וועט זיך בארעכענען און צוריק אריינלאזן רבי_יונה דעם פראסטן שקרן וועם ער האט נעכטן כלומר'שט ארויסגעשפארט אויף 2 וואכן פארן שרייבען ליגענט וואס איז אויפן פלאץ ארויסגעקומען אלס ליגענט, און רבי_יונה וועט שוין מאכן סדר... וכך הוה


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 20:58:09




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 20:35 לינק ישיר 

כ'וויל אביסל אויסקלאהרן פאר משהלע וואו מ'נוצט מדשתקי,
ווען מען פרעגט נישט דארף מען נישט ענטפערן איז נישטא קיין מדשתקי, אבער ווען מ'פרעגט יא אדער ניין, און מ'ענפערט נישט - נישט יא און נישט ניין -אטע דאס טייטשט מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו.

קלאהר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 20:44 לינק ישיר 

מהיכי תיתי ער האט געפרעגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 20:54 לינק ישיר 

די מיינסט טאקע אז ער האט געפרעגט? איך טאנץ ארויס פון די הויט צו זען ווי קליין ענקערע קעפלעך זענען. זיכער האט ער נישט געפרעגט! די גאנצע טעל קאל איז אויך נישט דער מחותן! אויב וואלט דאס באמת געווען דער מחותן וואלט ער דאך קלאר געזאגט "דעם אמת" אז ער האט בכלל נישט גערעדט מיט ר' לייביש דערוועגן...

איך זאג דיר אז ס'איז א פאלשע טעיפ פון די זאליס


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 20:56:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:17 לינק ישיר 

משמרת_הדת כתב:
כ'וויל אביסל אויסקלאהרן פאר משהלע וואו מ'נוצט מדשתקי,
ווען מען פרעגט נישט דארף מען נישט ענטפערן איז נישטא קיין מדשתקי, אבער ווען מ'פרעגט יא אדער ניין, און מ'ענפערט נישט - נישט יא און נישט ניין -אטע דאס טייטשט מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו.
קלאהר?


א נייע זאלי פשט אין מדשתקי, נישט ענטפערן הייסט מדלא ענו און נישט מדשתקי, לא ענו הייסט נישט גענטפערט, און מדשתקי הייסט שטיל געשוויגן און גארנישט געזאגט, אדרבה מדשתקי נוצט מען אויסדריקלעך נאר אויף גארנישט געזאגט אומגעפרעגט, דאס איז אויב מען האט בכלל געפרעגט רבי לייבוש, די זאליס פאברעצירן א מעשה אז רבי לייבוש האט מתיר געווען, און האט נאך מסביר געווען אז ר' אהרן איז נאר רב אין זיין קהלה און נישט אין שטעטל, און ווען מען פאקט זיי ביי די מעשה, קומט גלייך א פרישע פאבריקאציע, צו פארענטפערן די ערשטע פאבריקאציע, אז מדשתקי, ווייל ער האט נישט גענטפערט מיינט אז ס'איז מותר, וויאזוי זאגט מען?, נייס טריי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:28 לינק ישיר 

קומען צוגיין צוויי ניק'ס זיי לייגן אראפ א פאקט אז ר' לייביש האט נישט גענטפערט...

האלוי? הערסט מיר? פון ווי נעמסטו אז ר' לייביש האט נישט גענטפערט?

איך זע דא 2 פאקטן.

1   דער חסיד האט געפרעגט פון זיין רבי
2   ער גייט חתונה מאכן אין בני יואלער זאל אן רשות פון ר' אהרן

איך דארף נישט מער! פאר מיר איז גענוג אז ר' לייביש איז מסכים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:42 לינק ישיר 

פון ווי נעמסטו דעם פאקט אז ער האט געפרעגט זיין רבי'ן רבי לייבוש? אזא פנים האבן דיינע אלע פאקטן?, נייפל וואס מיינט פאר דיר איז גענוג אז רבי לייבוש איז מסכים? אויב למשל וואלט ער נישט מסכים געווען, איז דארט חתונה מאכן געווען פאר דיר א פראבלעם?, אדרבה, לאמיר זען צו ר' מענדל וואלדמאן וועט זיך טוישן און יא דארט חתונה מאכן, איין פאקט איז זיכער, אז קיינער אויסער די פאר פורצי גדר וועלן דארט נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן, און דאס וועט זיין די בולט'דיקסטער הוכחה צו מען האלט אז מען מעג דארט מסדר קידושין זיין צו נישט, דער הויז בחור פון ר' אייזיק ספינקע איז געווארן א חתן מיט א בני יואל/שארמאש, לאמיר זען צו די חתונה גייט זיין דארט און צו ר' אייזיק וועט קומען מסדר קידושין זיין, כידוע איז ר' אייזיק פסול ביי די אהרונים און איז קלאר נוטה צו צד מהרז''ל, דאס וועט זיין א הוכחה וואס ער האלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:17 לינק ישיר 

די חלה דעקלעך קענען שוין זאגן וואס זיי ווילן, אין אנטווערפן בפרט און אין יוראפ בכלל האט די קלרע תשובה פון פשעווארסקער רבין שליט"א געהאט א מעכטיגן אפקלאנג.


עס בלייבט נאר איבער פאר די חלה דעקלעך אנצוהייבן טעראריזירן דעם פשעווארסקער רבין פאר זיין "חוצפה" קעגן "דעם רבן של כל העולם כולו"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 04:34 לינק ישיר 

נאך א מזל ער האט זיך אנגעגעבן אלס קאררעספעדאנט... אזוי האט ער באקומען די תשובה וואס ער האט געוואלט באקומען...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 04:48 לינק ישיר 

ווי אזוי איך פארשטיי איז דער דין ודברים דא איבער "מדשתקי" איז כלפי דעם טעלעפאן קאל, האב איך געוואלט קלאהר מאכן אז, נישט דער טעלעפאן קאל איז אונזער מקור פון ווי מיר נעמן דאס.

אגב, איך האב א חבר אין לאנדאן וואס האט דאס קאנפירמד מיטן חתן אליינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 16:19 לינק ישיר 

דער טעלעפאן זאגט איין זאך פאר זיכער, אז עס זאגט גארנישט, מען הערט קלאר ווי דער מחותן וויל נישט ענפערן אין לאזט זיך נישט אריינשלעפען אין דעם נערישן געים פונעם רופער, עס ווארפט נישט קיין שום ליכט אויף די גאנצע מעשה, קיין זוז כל שהוא, איך ווייס נישט בכלל פארוואס די ארונים האבן עס געפאבלישט, אין וואס זיי רעדען זיך איין אז דער קאלל זאגט, אדרבה, קען מיר א ארוני מסביר זיין וואס ער נעמט ארויס פון די קאלל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 05:00 לינק ישיר 

פשוט א חלה דעקל מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פשעווארסקע רבי גיבט רשות = שאקירענד:חתונה געקענסלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext