דער הייליגער רוף פון רבותינו מאורי הגולה, גדולי צדיקי הדור אין זייער פייערדיגע קול קורא, רופט יעדן יחיד פון ניו יארקער אידנטום, זקנים עם נערים, ארויסצוגיין היינט צו דעם עצרת מחאה אדירה פון התאחדות הרבנים
רבבות אלפי ישראל, אין שפיץ פון די גדולי ישראל, גייען ארויס היינט נאכמיטאג אויף די גאסן פון מאנהעטן390 פארק עוועניו איון פראנט פון אר.עף.אר. הויפטקווארטיר בילדינג
צו א מעכטיגע מאסן דעמאנסטראציע אפצושרייען די אומענדליכע קברים-גראבונגען אין יפו ביה"ח
בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וכל קדושיו עמואיז יעדער איד מחויב ארויסצוקומען און אנטיילנעמען אין די וויכטיגע פראטעסט טייערע אידן! דרייט זיך נישט ארויס
עס איז קריטיש וויכטיג יעדנס באטייליגונג
קומט מיט אייערע קינדער און בחורים, פרעגלט אריין א ברען פאר כבוד שמים
איש בל יעדר! קיינער טאר נישט פעלן
כולנו נצא לקדש שם שמים!