בית פורומים אידישע געדאנק

חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2010 21:54 לינק ישיר 
חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $

ס'איז לעבעדיג אין זאל, די מוזיק שפילט אויף כח יעדער טאנצט, מזמן לזמן שטעקט א זאלי שנארער אריין זיין אראפגעלאזטע נאז דרייט זיך ארום צווישן די טישן זאמלען שנארעריי פאר זייערע פאשקעווילן. דער עולם בריקעט פלייש ווי ס'דארף צו זיין עטליכע זאלי קאזענס לויפן ארויס פאר'סמ'טערהייט פון זאל כאפן א ציגערעטל זיי ענדיגן איין ציגערעטל נאכן צווייטן און ווארטן ביז א אינגעלע וועט קומען זאגן אז מען הלאט שוין נאך די פלייש.

אוי איז דאס געווען א געשמאקע בילד, די פלייש האט געשמעקט א מחיה און די סעלף העיטינג פיפל פייניגן זיך אליינס אין ווילן נישט עסן די מהודרת פלייש וואס איז די חשוב'סטע שענסטע און בעסטע פלייש. אבער לאמיר נישט צופיל פארקריכן מיט די אנגעזעצטע זאליס לאמיר ענדערש רעדן פון אונזער העראישער מחותן.

אנגעהויבן האט זיך די פרשה תיכף נאכן שידוך, דער מחותן הייבט שנעל אויף א טעלעפאון ממחרת דעם ווארט ער רופט גלייך אן די חמסנים וואס האבן צוגע'גנב'עט די מוסדות און זיך משתלט געווען אויף אינזערע בנינים און כאפט א דעיט אין פרדס פיגא פאר מ'בלייבט אויסגעשפילט אן א עוועלעבל דעיט. די סעקרעטערי שרייבט אראפ דעם דעיט און זאגט אז ער דארף ביז 3 טעג ברענגען א דיפאזיט, אונזער מחותן טראכט נישט קיין צוויי מאל, ער וויל נישט דערלייגן קיין צייט, ער לויפט תיכף אריבער צו אינזער אפיס אויף ראדני און גיבט אהין קידושין און יחוד שטיבל געלט קונה צו זיין דאס מקום כדי ס'זאל נישט זיין קיין שאלות אזוי ווי "הרבנים הגאונים" שמיחק ראצענבערג בעל מחבר... איך געדענק שוין נישט וואס, און בערעלע האבן אינטערגעשריבן. פון דארט לויפט ער אריבער צו די אפיס פון די חמסנים און וויל געבן דעם דיפאזיט נאך באותו היום.

דער "חשובער ערליכער" מחותן דער קליינער קעפל זאגט אז פאר ער גיבט א דיפאזיט וויל ער מאכן זיכער אז מען וועט נישט סערווירן קיין פלייש נאר פיש...

די תשובה פון די בעלי זרוע וגאווה פארשפעטיגט נישט, זיי הייבן אן שימפן און לעסטערן יעדעם איינעם אנגעהויבן ביים רבין גענדיגט ביי די חשובע רבצין און צווישן פארגעסן זיי נישט פון שמואל בעקער פון דער בלאט אפיס די אנגעזעצטע זאליס האבן אזאנע קולות געמאכט אז איינער פון זייערע חברה וואס איז געזעצן אינעווייניג און האט נישט געוויסט וואס ס'גייט פאר האט ער שוין געוואלט שרייבן אויף  זייער בעקעריי פורום אז די אהרוינים האבן זיך אריינגעבראכן אין אפיס...

דער מחותן האט זיך נישט פארלוירן און האט קלאר געמאכט אז אויב וועט מען סערווירן די אומגעזאלצענע שרימפס פון די 82 פערדן שטאל וועט ער נישט חתונה מאכן אינם גע'גנב'עטן זאל.

ער איז אהיים און תיכף אנגערופן זיין מחותן אים איינצומעלדן אז די 3 אלפים פאר א צד איז ארויס פון פלאן ווייל ער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, די איינציגסטעע זאל וואס ער קען נאך האבן איז (נאמען געהאלטן אין מערכת) און דארט וועט קאסטן 18 אלפים דאס מיינט אנשטאד 3 אלפים פאר א צד וועט דאס זיין 9 אלפים. אויפגעשוידערט איז דער חתנ'ס טאטע געווען דאס צו הערן, ער האלט נישט ביים צאלן 9 אלפים אויב קען ער חתונה מאכן פאר בלויז 3 אלפים. עס האט גענומען אפאר מינוט טראכטן און ער גיבט א פרעג דעם אבי הכלה "ביז ווען זענען זיי שוין געבאקט?"

יעצט האט דער אבי הכלה אינאכט גענומען אז דער מחותן ווייסט נאך בכלל נישט מיט וואס פארא רשעים מען האנדלט דא, סתם רוצחים וואס פארגינען נישט פאר יענעם א שטיקל פיש... האט ער מסביר געווען פארן אבי החתן אז די פראבלעם איז נישט די דעיט, די פראבלעם איז די פלייש...

דער אבי החתן ענטפערט מיט א גלייכקייט, "הער צו מחותן, איך האב קיין שום פראבלעם מיט די פלייש, איך און די ווייסן אז ס'איז אלעס שמואל ווידער'ס מעשיות, מיר אליינס האבן אלע יארן געגעסן און מיר זענען נתגדל געווארן אויף די פלייש. קען זיין אז קרית יואל פלייש איז בעסער, אבער פון דא ביזן צוצאלן נאך 6 אלפים פאר יעדע צד איז שוין איבערגעטריבן.

אבער דער אבי הכלה ווייזט ארויס דרייסקייט און אמונה שלימה אין שמואל בעקער פון דער בלאט אפיס און עקשנ'ט זיך אז ער וועט נישט געבן אומגעזאלצענע פלייש ביי זיין טאכטער'ס חתונה. ווען דער אבי החתן זעט די מסירת נפש זאגט ער פארן אבי הכלה, "קיין פראבלעם די חתונה קען זיין סיי ווי די ווילסט, אבער איך צאל נאר 3 אלפים אזוי ווי אין פרדס פיגא דאס איבריגס צאל די אליינס.

בלית ברירה שלעפט זיך דער חלה דעקל צוריק צו זייער אפיס פון ראדני און בעט צוריק די יחוד שטיבל געלט... אבער אזוי ווי די וועלט זאגט "צוריק גייט א קאזע" עס העלפט נישט קיין פודינו ומצלינו, שמיצחק ראצענבערג זאגט אז מצידו קען די חתונה זיין אין פרדס פיגא און ער גיבט נישט צוריק דאס געלט וואס די אפיס האט ערהאלטן אלס א דיפאזיט...

עס איז איבריג צו פארציילן אז די פיס האט שוין קוים געשלעפט דעם אבי הכלה, מיט שווערע טריט גייט ער אריבער צו א זאל אין צווייטן עק שטאט (נאמען געהלאט אין מערכת) און גיבט א דיפאזיט נאכדעם וואס מען האט אים צוגעזאגט און אויך אריינגעלייגט אינם קאנטראקט אז עס וועט זיין דווקא נאר "סאטמארע פלייש". עס האט אים נאר געגעבן א קיצל ווען מען האט אים קלאר געמאכט אז אויב וויל ער דווקא סאטמארע פלייש וועט ער דארפן צוצאלן נאך 2 אלפים מער. קיין ברירה האט ער שוין נישט געהאט ער האט זיך צום סוף געטראפן אין א לאך פון 17 אלפים נאכדעם וואס דער מחותן האט מסלק געווען נאר 3 אלפים...

יעצט האלט מען שוין ביי די פלייש דער מחותן דרייט זיך ארום א "אנגעגעסענער" און צופרידענער נאר די זאליס דרייען זיך ווי "באזאלצענע מיט ים זאלץ"... אבער דא פאסירט א שטוינענדע זאך, דער מחותן באמערקט אז א גרויסער עולם האט זיך בכלל נישט געלאזט סערווירן מיט די פלייש, זיי זענען לכתחילה מוותר אויף די תאוה פון קרית יואל'ע מהודרת... דאס האט אים זייער שטארק געציפט אין הארץ, ער האלט שוין נאכן צאלן 14 טויזענט דאלער בלויז פארן באקומען דאס פלייש וואס ער האט ליב און א געוואלד פון די "טייערע" פלייש גייט גיין אין מיסט... די נאז הייבט אים אן פאלן אויף אראפ ער ווערט דערביטערט.

נעמט נישט מער ווי געציילטע מינוטן און איינער א פעפעריגער אינגערמאן גייט צו צום קעטרער און פרעגט אים "וועלכע פלייש איז דאס?" ענטפערט ער "82"

דאס האט געקראכט ווי א באמבע! פראבירט אייך פארשטעלן ווי אזוי די סצענע האט אויסגעזען! דא באצלאט דער מחותן 14 אלפים און פרעסט זיך אן און דא ווערט ער געוואר אז ער האט דעם זעלבן געשעפט געקענט האבן פאר 14 אלפים ווייניגער! ער לויפט צו צום קעטרער מיט א געוואלדיגער כעס און מאכט יאמערליכע קולות.

אבער דער קעטרער דערשרעקט זיך נישט, און זאגט "מיר געבן געווענטליך קרית יואלער פלייש ווייל דאס איז די ביליגסטע, איר האט געבעטן דווקא סאטמארע פלייש האב איך פארשטאנען אז איר ווילט נישט קרית יואל, פארדעם האב איך געטשארדשט נאך 2 אלפים און געקאכט 82 פלייש, קוק אריין אין דיין קאנטראקט וועסטו זען אז ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז מען וועט סערווירן סאטמארע פלייש"!

דער מחותן האט זיך ארומגעדרייט צו א צושלאגענע הושענא ביז א זאלי טעראריסט איז צוגעגאנגען צו אים און געזאגט מיט א רשעות'דיגן שמייכל. "קענסט זיך בארוהיגן אז עס איז כאטש נישט געגאנגען אין גארביטש, ווען דער עולם האט זיך דערוויסט אז ס'איז סאטמאר 82 איז מער נישט געבליבן קיין איין פארציע"...


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 22:00:08




תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 22:07:30




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 20:28 לינק ישיר 

חיי שעה זאג נאכאמאל וועמענס לויער?.... סקאט מאלען איז געווען די זאלי לויער(דרך אגב. ער איז פון די גרעסטע לויערס אין נוי יארק) ביז אפאר יאר צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 18:50 לינק ישיר 

נישט בחינם האט ער זיך אויסגעקליבן אלס ניק די נאמען פונם אהרוינישען לויער... "הערשל כהנא און יענקל פערלשטיין"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 18:48 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
דער סקאט זאל זיין עלטער עלטער באבען איינרעדן אז ער איז נישט קיין ארוני, עס שפריצט פון אלע זייטן.


איך האב דאס שוין געזאגט צענליגע מאל, אז איך האב קיינמאל אויף היידפארק דערקלערט קיין שום עלידשענס צו קיינעם, זאל זיך יעדער אליינס מחליט זיין וואס איך בין, אויב איינער האלט איך בין אהרוני, מה טוב ומה נעים, איך האב קיין שום פראבלעם דערמיט, ס'האט שוין איינער דא געהאט געזאגט אז איך בין שמואל ווידער, א צווייטער האט געטענה'ט לעצטנס אז איך בין דער זעלבער ניק ווי רבי יונה, זאל זיין אזוי, איך לאז,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 17:59 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:
אין אריינגריבן, לייק דיר איז נא טומארא...

ווי אזוי האט הגה"ק געזאגט? "ער איז נישט געמאכט פון ראבער" ודברי פי חכם חן.

פון דיין שריפט רינט שמאלץ פון אהרויניזעם...


פון דיין ניוול שפראך רינט שמאלץ פוןל דזשיגאניזאם!!!
פארפאלן, אז מען ליגט אין ניוול, מען טראכט נאר ניוול, מען דרייט זיך מיט מנוולים, גיסט זיך נאר ניוול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 16:50 לינק ישיר 

דער סקאט זאל זיין עלטער עלטער באבען איינרעדן אז ער איז נישט קיין ארוני, עס שפריצט פון אלע זייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 04:46 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
אין אריינגריבן, לייק דיר איז נא טומארא...


ווי אזוי האט הגה"ק געזאגט? "ער איז נישט געמאכט פון ראבער" ודברי פי חכם חן.

פון דיין שריפט רינט שמאלץ פון אהרויניזעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 04:31 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך וועל מיטיילן מיין מעשה אמת, איך בין לעצטנס געווען ביי א חתונה, איז געזעסן לעבן מיר א אינגערמאן, קלאר נישט קיין סאטמארער, ער פרעגט מיר וואסערע פלייש מ'סערווירט, זאג איך, איך ווייס נישט, פרעג איך אים פארוואס ער פרעגט, זאגט ער אז זייט די פינקל פרשה געבט ער מער אפבאכט, פרעג איך וואסערע סארט פלייש איז ער ציפרידן, זאגט ער גלייך, קרית יואל, פרעג איך אים, און וואס זאגסטו צו די קאטשקע סקאנדאל, קודם האט ער נישט געכאפט פון וואס איך רעד, נאכדעם האט ער זיך דערמאנט, און ער געט אזא צינישן שמייכל, און מאכט אוועק מיט די הענט און זאגט מיר בזה הלשון: "פאליטיק העמיר רעדן שפעטער יעצט ווער מיר געוואויר וואסערע פלייש דא איז" ביים אנדערן זייט טיש זענען געזעסן א משפחה סאטמארע אויסגעשפראכענע זאלויניס, א טאטע, 2 זוהן מיט א איידעם, א גאנצן סעודה זענען זיי געווען ביזי מיט אהרן אהרן אהרן, אזאך וואס גרוילט מיך אלס ביי אלע סאטמארע חתונות זעהט מען ווי משפחות זיצן ציקאכט ביי די טישן אין ביזי מיט די אהרן זלמן לייב מחלוקה, זיי ווייסן אליין נישט ווי מיס ס'קוקט אויס, עניוועי, נחזיר לענינינו, איינע פון די זאלויניס האבן געהערט דעם אויסדריק פון דעם אינגערמאן אז די קאטשקע סקאנדאל איז נישט מער ווי א פארטייאישע פאליטיק , גראדע א איידעלער אינגערמאן, אבער איך האב גראד געזען ווי ס'ווערט איהם שלעכט, מ'קען אסאך מאל זעהן ווי א מענטש וועקט זיך צי ריעליטי, דער זאלויני האט מסתמא געליינט ער "דער איד", פון דארט האט משמע געווען אז די קאטשקע סקאנדאל גייט באנקראטירן קרית יואל שחיטה, דא הערט ער פון א פרעמדער אינגערמאן מאכט עס אזוי אוועק.



איך וויל מיך אנטשולדיגן אז איך האב ארויסגעלאזט 2 וויכטיגע איינצעלהייטן פון די געשיכטע, איינס אז למעשה איז די עופות גיוועזן טאקע קרית יואל לשביעת רצון לבר נש הדין, שנית דערמאן איך מיך יעצט, אז אט די משפחת הזלונים האבן זיך אויך נאכגעפרעגט אויף די פלייש, אבער נישט וועלכער שחיטה, נאר געפרעגט דעם סערווירער וואסערע אויסוואל ס'דא "שניצל אר סטאפד טשיקן" זיי האבן זיך אויסדערוועלט דער מעניו לויט זייער געשמאק אין אריינגריבן, לייק דיר איז נא טומארא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 02:30 לינק ישיר 

moishe12 כתב:
אינטרעסאנט איך בין געווען ביי א חתונה אין פערעדייס
אין אויסער 1 טיש האט יעדער איינער אן א אויסנאם ציריק געשיקט דאס פלייש מיטען גוי דער וועטערער


טאקע אמת זייער אינטערסאנט, גלייב מיר איך בין שוין קע"ה געווען ביי צענליגע צענליגע חתונות, פון אלע סארט שיכטן און קרייזן און איך האב קיינמאל נישט געזעהן אזא סצענע ווי ממש כמעט אלע געסט שיקן צוריק די פארציונען צום סערווירער, דאס האט געמוזט זיין א אונטערסאנטער ספעקטעקאל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 02:18 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:

סקאט שרייבט:


ביים אנדערן זייט טיש זענען געזעסן א משפחה סאטמארע אויסגעשפראכענע זאלויניס, א טאטע, 2 זוהן מיט א איידעם, א גאנצן סעודה זענען זיי געווען ביזי מיט אהרן אהרן אהרן, אזאך וואס גרוילט מיך אלס ביי אלע סאטמארע חתונות זעהט מען ווי משפחות זיצן ציקאכט ביי די טישן אין ביזי מיט די אהרן זלמן לייב מחלוקה

סקאט טייערער: דא אויף היידפארק זע איך נישט אז עס זאל דיך גרוילן די פאליטיק.
אמת ביי א שמחה דארף מען נישט זיין ביזי דערמיט (אויב די מעשה איז בכלל אמת), אבער יענע רעדן כאטש אפען און דער צד שכנגד ווייסט מיט וועמען ער טענהט זיך.
דא אויף היידפארק ביזטו א שיינער איד, קאכסט אין פאליטיק, אָן דעם וואס דער אנדערער זאל וויסן מיט וועמען ער פירט פאלעמיק...


איך טו וואס די גמרא זאגט אין קידושין מ.

אמר רבי אלעאי הזקן אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ ואל יחלל שם שמים בפרהסיא

ליידער האב איך א גרויסע תאוה צו רעדן די סאטמארע פאליטיק, געב איך מיך אויס אויף היידפארק אינטער א פארשלייערטער ניק, אזוי אז איך זאל נישט דארפן עס טאן בגלוי, ווייל בגלוי בין איך א שיינער איד, וואס האט נישט קיין אהנונג פון די גאנצע חאזעריי,

עפעס א גוטע זאך איז יא דא פון די אינטערנעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 02:06 לינק ישיר 

ס'מיר גוט, יונה איז צוריק מיט זיין סקאטמאלען ניק

נ.ב. נייס טריי צו שיקן דיין רבי'נס כבוד אין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 02:01 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
אין דער קלאר נישט סאטמערע יונגערמאן האט מסתמה גליינט דער בלאט אז אין 82 זאלץ מען נישט קיין פלייש,


ניין דער אינגערמאן ליינט המודיע, ווי ער האט געליינט אז משה פינקל האט פארקויפט גויאישע פלייש מיט די KJ לעבל,

לידועתכם קיין שום ערענסטער פרומער איד וואס געהער צו קיין איינע פון די סאטמארע צדדים, קויפן נישט די 2 לשון הרע צייטונגען דער איד אין דער בלאט, דער איד איז גראדע גאנץ א שיינער צייטונג, אבער אויב זיי זאלן עמטליך אויפהערן שרייבן די גרויליגע ארטיקלן אין עדיטאריעל קעגן ר' אהרן, גאראנטיר איך דיר אז זיי וועלן זייער מצליח זיין, דער בלאט איז סתם אזוי זייער נישט קיין פראפעשענל צייטונג, אבער וואס ווייסן די היינטיגע יונגווארג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 00:49 לינק ישיר 

אינטרעסאנט איך בין געווען ביי א חתונה אין פערעדייס
אין אויסער 1 טיש האט יעדער איינער אן א אויסנאם ציריק געשיקט דאס פלייש מיטען גוי דער וועטערער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:45 לינק ישיר 

פריינדלעך


אפשר פאר חלה דעקלעך קאסט מער קעי-דזשעי פלייש אז זיי זאלן זיך בעסער פילן.

אבער די קעיטערערס באצאלן חצי בחינם פאר קעי-דזשעי פלייש, און "דאס" איז די סיבה פארוואס א סאך קעיטערערס נעמען די פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:32 לינק ישיר 

סקאט שרייבט:


ביים אנדערן זייט טיש זענען געזעסן א משפחה סאטמארע אויסגעשפראכענע זאלויניס, א טאטע, 2 זוהן מיט א איידעם, א גאנצן סעודה זענען זיי געווען ביזי מיט אהרן אהרן אהרן, אזאך וואס גרוילט מיך אלס ביי אלע סאטמארע חתונות זעהט מען ווי משפחות זיצן ציקאכט ביי די טישן אין ביזי מיט די אהרן זלמן לייב מחלוקה

סקאט טייערער: דא אויף היידפארק זע איך נישט אז עס זאל דיך גרוילן די פאליטיק.
אמת ביי א שמחה דארף מען נישט זיין ביזי דערמיט (אויב די מעשה איז בכלל אמת), אבער יענע רעדן כאטש אפען און דער צד שכנגד ווייסט מיט וועמען ער טענהט זיך.
דא אויף היידפארק ביזטו א שיינער איד, קאכסט אין פאליטיק, אָן דעם וואס דער אנדערער זאל וויסן מיט וועמען ער פירט פאלעמיק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:23 לינק ישיר 

אין דער קלאר נישט סאטמערע יונגערמאן האט מסתמה גליינט דער בלאט אז אין 82 זאלץ מען נישט קיין פלייש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext