בית פורומים אידישע געדאנק

ערשטהאנטיגער באריכט פון די געשעענישן אין מאנרא מתיבתא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/10/2010 08:31 לינק ישיר 
ערשטהאנטיגער באריכט פון די געשעענישן אין מאנרא מתיבתא

בעת וואס אויף היידפארק טוט זיך טענה'רייען און מאכערייקעס פון דעם און פון יענעם, ווען משה'לע און חיי שעה טוישן שוין אויס באשולדיגונגען און סטעיטמענטס איינער אויפן צווייטן וואס ביידע ווייסן אז אלעס וואס זיי זאגן איז שקר ורעות רוח, ודברים שבלבו ולב כל אדם אז ס'האט נישט קיין האפט, און דער פשוטער צוקוקער אין דער זייט איז נייגעריג וואס פומקטליך עס גייט פאר, און אויף וואס ארויף האט רבי שמואל פונם שכינות דיגן פארום געדארפט ריזיקירן זיין אנגעהערשאפט דארט פאר צוויי וואכן... וואס האט אים געברענגט אזוי ארויס צו גיין פון די כלים, מיר אלע ווייסן נישט על מה ומה נטושה המערכה.

איז מיין מנהג איז, צו פרובירן נאכצוגיין די נייעס עד מקום שידי מגעת, און מברר זיין די תבן פונעם בר, און זען פשוט די ריכטיגע פאקטן פאר די אויגן.

ומכאן הקריאה יוצאת: חשוב'ער אנאליז שרייבער, (אדער זיין מענעדזשער...), ביטע, דער עולם איז מער אינטערעסירט צו וויסן דברים כהוויתן, ווי אייער מענעדזשר'ס בויך וויי. ליבערשט נוצט אייער געלונגענעם קיבארד צו דערציילן קראנטע פאקטן, וואס מען זאל נישט דערקענען תיכף אין מקוה דעם אנדערן טאג די פינגערפרינטס פון היידפארק...

(איך האף אז דער נייער פארום וועט אביסל פאריכטן דעם פראבלעם, עכ"פ דאס איז זיין פלאטפארמע, אבער עס קוקט אויס אז ער האלט נאך אינמיטן מברר זיין די ווייץ פרשה פון פאריאר פסח...)

עניוועי, לאמיר שוין צוקומען צום פוינט. איך האב גערעדט מיט 2 בחורים פון מאנרא, און פון זיי צוזאם געשטעלט די פאלגענדע בילד.

די ליינער וועלן נאך זיכער געדענקן, אז די פאריגע וואך דאנערשטיג נאכט איז פלוצים אויף געבראכן געווארן די וואנט פון די קאווע שטובל אין ביהמ"ד בית מרדכי... (מסתמא די מיטל עידזש בעלי בתים האבן דאס געטאן). וכל אופן איז די מעשה אזוי:

זייט מען האט צוטיילט די ישיבה פאריאר, האט מען גענוצט דעם לאנטש רום בנין (דארט ווי די שריפה איז געווען) צוטיילט אין צווייען. העלפט פאר צווייטע עידזש, בהנהלת ר' לוי יצחק בארזעסקי (געווען פאריאר קליפס פון א שמועס זיינע מיט יוסל וואלדמאן) און די צווייטע העלפט פאר דריטע עידזש, בהנהלת דעם לעגענדארן... יוסף לייב קאהן. פארשטייט זיך, אז מען האט פארבויט אינצווישן א גרויסן וואנט - פון שיטראק.

די איצטיגע דריטע עידזש, צווייטע עידזש פון פאריאר האט געהאט גאנץ א שיינע הצלחה, דער מנהל הרב בארזעסקי האט אויסער רעדן מיט יוסל וו"מ געטון נאך זאכן, ער איז א ענרגישער מענטש בטבע, און זיין דעפט. איז געווען די שענסטע אין ישיבה. למעשה יעצט זענען זיי ארויף א עידזש, און אנגעטראפן א נייעם מנהל, יוסף לייב קאהן, ואידך פירושא זיל גמור.

ווי עס קוקט אויס, איז דער עולם נישט געווען שטארק צופרידן מיט דעם מציאות, . און כמנהגן של - מאנרא - בחורים האבן זיי אנגהויבן בונטעווען. די הויכפונקט איז געווען, ווען איין בחור - איך וועל נישט זאגן זיין נאמען, אבער איינער פון די עוסקים במלחמת הקודש קעגן די מהרסי הדת אין קרית יואל... - האט מיט א גאות דקדושה צושטויסן דעם מסך המבדיל צווישן די עידזשעס, והיה המשכן אחד...

בלילה ההוא, אינמיטן די נאכט האט אים יוסף לייב אנגעכאפט און ארויסגעטראסקעט פון ישיבה מיט די פידזשאמעס...

פאר צווייי טעג איז דער בחור נישט גקומען אין ישיבה. דינסטיג, האט דעם בחור אנגכאפט א חשק צו לימוד התורה, וואס ער האט ממש נישט געקענט פארלעשן, בלית ברירה איז ער געקומען  צוגיין אין ישיבה זיך זעצן לערנען... דא האט  דער שטן -וואס האט, ווייזט אויס,  נישט געקענט פארגינען אז דער בחור וויל לערנען - זיך אריינגעמישט, און די הנהלה האט ארויף גרופן פאבליק סעיפטי - נישט סטעיט פאליס, ווי טייל גרייזיגע באריכטן דא אויפן פארק האבן געלויטעט - און זיי האבן העלדיש פארטיידיגט דעם פלאץ, אז דער בחור זאל נישט וואגן אריינצוקומען אין ישיבה. די בחורים האבן לויט ווי מען הערט באזינגען דעם משה לייב מיט די זעלבע פזמון וואס די בני יואל האבן אים באזינגען, אזוי אז ער איז קרח מכאן ומכאן...

עניוועי, דאס איז געווען די לעצטע פונק, וואס האט אויפגעפלאמט א העלישן פייער אין די ישיבה. "קאוד ראדני"... איז אריין אין קראפט. די בחורים האבן אנגעהויבן מיט ראייאטן ממש, ארויסשליידערנדיג יוסף לייב'ס פריוואטע חפיצים פונעם בית מדרש, באגלייט מיט קולות וברקים, אקוראט ווי זייערע טאטס האבן זיי געלערנט. די בחורים זענען נעבעך קיינמאל נישט מחונך געווארן צו "נארמאלקייט" (מיטן קוועטש אויף די נו"ן פאר די יוצאי קווינס ווער עס געדענקט...) זיי האט מען אויסגעלערנט אז ווען מען באקומט נישט עפעס אויפן שיינעם וועג, גייט מען מיט בייזן. די טאטעס האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז זייערע קינדער וועלן אליין פארשטיין ווי איין און ווי אויס, אבער זעט אויס אז כיון שניתן רשות למשחית וכו'.

(אגב דערמאנט דאס מיר א קונטרס וואס קהל האט ארומגעשיקט קעגן בני יואל אין די אנפאנג נו"ן יארן, ווי זיי ברענגען דארט א דרשה פון א תמים דארט  וואס זאגט אז ער קען נישט פארשטיין די בני יואל, זייערע קינדער וועלן זיך דאך אפלערנען און שוין נישט מאכן קיין חילוק און וועלן זיין מחוצפים פאר די אייגענע טאטעס... נו שוין ראויים הדברים ל [היאמר על]מי שאמרם...)

צוריק צו די ראייאטן. די גאנצע ישיבה איז געפארן אויף רעדער, אלע עידזשעס זענען געגאנגען כאדאראם, די הנהלה וואס האט זיך פרובירט צו ספראווען מיטן מצב האט ארויסגעווארפן דריי בחורים, אבער סאיז גארנישט בעסער געווארן, אויב עפעס איז עס נאר ערגער געווארן.

די "פיעק" איז זיכער געווען, ווען די בחורים האבן אין א סטראטעגישן שריט פארכאפט קאנטראל פון די פיוז באקס, און פארלאשן אלע לעקטערס פון ביידע עידזשעס. עס איז געווען ביינאט, און דאס האט באדייט אז די ישיבה סדרים זענען אפיציעל געקומען צו א האסטיגן אפשטעל.א גרויסער דיקער שלאס איז ארויף געלייגט געווארן אויפן סוויטש באקס, און... משה זוך מיך.

(הערת המעתיק: איך שטעל זיך פאר אז זייער הארץ האט נישט צו שטארק געקלאפט ביים פארלעשן די לעקטער, נאכן מיטהאלטן א ענליכע דוגמא ביי זייערע ראשים, ואין פוצה פה, האבן זיי זיך דערלערנט דעם מעסעדזש, אז גערעכט טאקע לימוד התורה איז זייער א שיינע זאך, והא ראיה דער פארקינג לאט איז פול דרייע פארטאגס... אבער דאס איז נאר ווילאנג אלעס גייט ווי איך וויל, טאמער וויל איך אבער עפעס אויספירן, איז אויסלעשן די לעקטער א באקוועמער מיטל צו עררייכן דעם ציל, זאל ער זיין וואס ער זיין. פריוואט האלט איך אגב אז זייער ציל איז סאך א וויכטיגערע ווי דוד עקשטיין'ס...)

היות די בחורים זענען פאריאר געווען זייער אין גוטן מיט דעם בארזעסקי'ן הנ"ל, איז ער קודם זיך געקומען בעטן ביי זיי מען זאל כאטש אנצינדן זיינע סוויטשעס פון זיין עידזש. די בחורים האבן אים געענטפערט, אז היות ער האלט זיך זייער בידידות מיט מ. ל. וו., וואוינענדיג מיט אים אין שכינות, זאל ער קודם אים אראפ טראגן פון דארט, ווייל זיין פנים קענען זיי בשום אופן נישט סובל זיין. וכך הוה, דער האט אים אראפגעטראגן, און תפילה עושה מחצה האט ער באקומען לעקטער פאר זיין האלב פונעם בנין.

דער נעקסטער טאג, איז דער רעוואלט ווייטער געבליבן בתוקפו. די הנהלה האט געשיקט אבער דעם בארזעסקי, ער זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די בחורים און די ישיבה. בארזעסקי איז געקומען צו זיי מיט א איידיע, צו מאכן וואלן, און ווער עס קען  נישט סובל זיין דעם סיסטעם, זאל ארויף גיין לערנען אין גבוה.

די בחורים האבן אויף דעם געענטפערט, מיר האלטן נישט ביים אוועקגיין פון דא, מיר בלייבן דא צוזאמען. עס איז א קליינע עידזש - פופציג בחורים - און יעדער איינער קאאפערירט מיט די סטראטעגיס וואס די עידזש נעמט אונטער.

למעשה זעענדיג אז עס קומט נישט צו קיין טאלק, האט די הנהלה זיך געבראכן, און נאכגעגעבן אלע פארלאנגען פון די בחורים.

אט איז דער אפמאך וואס איז אויסגעהאמערט געווארן: יוסף לייב קאהן וועט האבן נאר א טיטל אן א מיטל. מאיר צוויבל איז אריין געקומען פאר מנהל אום אפיציעל, און וועט דארט זיין א גאנצן טאג, (א חלק פון זיין ארבעט איז מסתם זיכער צו מאכן אז יוסף לייב דרייט זיך דארט ווי ווייניגער...). די בחורים האבן געפאדערט ווי א תנאי קודם למעשה אז אלע זייערע חבירים זאלן שיין צוריק אנגענומען ווערן, וכך הוה, אלע - ממש אלע, אריין גערעכנט דער וואס האט אויף געבראכן די וואנט - זענען שיין צוריק אין ישיבה, ברום המעלה.

 און דאן, נאך א שווערן אויסמאטערנדיגן טאג, איז די פיוז באקס פריי געווארן, און די לעקטער איז צוריק איינגעשטעלט געווארן אין בית מדרש.

די בחורים האבן דערקלערט א פולשטענדיגן זיג!!!

גייענדיג צום דרוק, קומט די נייעס אז ר' שלמה רובין האט ביי זיין שיעור מוחה געווען בכל תוקף קעגן די אנומעלטע געשעענישן. "דאס וואס האט נעכטן פאסירט , איז א אויסדרוקליכע הירוס התורה!" האט ער אויס געשריגן מיט פאטאס.

דאקעגן, איז דער בחור וואס האט אויף געבראכן די וואנט, און דערמיט אנגעהויבן די זיגרייכע מערכה, ציטירט געווארן: "עס איז נישט קיין כבוד פארן רבי'ן, אז יוסף לייב קאהן זאל זיין מנהל!" סתם ולא פירש.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 21:45 לינק ישיר 

אפשר דער גאנצער פיקטשער איז ארויסגעקומען נאך א וואך, אבער די ערשטע באריכטן און בילדער וואס איז ארויסגעקומען אנפאנג וואך איז געווען דורך די בחורים'ס טוויטער גרופ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 21:36 לינק ישיר 

וועסט כמעט נישט טרעפן אז א בחור זאל שרייבן טעקסט מעסעדזשעס וועגן מהומות אין ישיבה(אמאל אמאל יא. אבער בדרך כלל נישט)זעסט דאך ווילאנג עס האט געדויערט ווילאנג איינער איז ארויסגעקומען מיט א גאנצע מעשה. נאכדעם וואס למעשה איז עס שוין כמעט אוואך אלט. און ער זאגט אויך אז ער האט עס געהערט פון א בחור פון ישיבה

תוקן על ידי פריינדליך ב- 22/10/2010 21:40:33




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2010 21:25 לינק ישיר 

שוואכע תירוץ דאס אז קרית יואל ישיבה איז אין שטאט דעריבער הערט מען אלעס אזוי שנעל משא"כ קווינס איז אין קווינס, דעריבער קומט גארנישט אן צו די גאס. ס'איז היינט א וועלט פון טעקסט מעסעדזשעס און אינטערנעט, אלעס קומט אן צו די גאס שנעלער ווי מ'מיינט און מ'טראכט.
 
וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האבן די אהרונים נאך אלץ דעם פראבלעם אז די הנהלה רוחניות איז נישט פולקאם בעל הבית, עס זענען דא בעלי בתים פון די גשמיות וואס פירן די רוחניות אויך, משא"כ אין קווינס איז נאר ר' נפתלי בלומענפעלד בעל הבית, און קיינער קען נישט אריינרעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 21:09 לינק ישיר 

אומזיסט. איך האב זייער הנאה פון דיין ערשטע תגובה. "קיינער"(נישט די ארונים און נישט די זאליס) האבן נישט אזוי באשריבן די מעשה(לאמיר זאגן אז עס איז נישט ממש ווי דו זאגסט אבער לממעשה האסטו געברענגט א גאנצע פיקטשער) יעצט צו דיינע איבריגע תגובות. דו לייגסט אראפ כאילו נאר ביי ארונים מאכט זיך עס. יעדער ווייסט אז א בחור גייט מאכן מהומות ווען עפעס גייט נישט ווי ער וויל. נאכדערצו ווען עס רעדט זיך פון זיך אננעמען פאר א חבר קעגן די הנהלה(עס איז כמעט נישט דא קיין יונגעל/בחור וואס האט נישט פיינט זיין מלמד/משגיח) נאכדערצו ווען ער איז עלטער אביסל. נאך אלעם איז די לאזונג אז בחור ר"ת "חי' רעה ודר בישיבה" נישט געזאגט געווארן נאר אויף ק"י. נאר אויף איבעראל. איז זייער נארמאל אז בחורים מאכן מהומות. איי פארוואס הערט מען נאר פון ק"י און כמעט נישט פון קווינס?ווייל אין ק"י איז די ישיבה אין שטאט. און איעדעס מאל וואס עס שפילט מוזיק הויעך אין ישיבה אדער אפילו א בחור שרייט צו הויעך. האלטן עס א שיינע פאר הונדערט מענטשן וואס וואוינען בשכינות. און חוץ דעם איז עס די דורכגאנג פאר גאנץ עצי תמרים משא"כ קווינס איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי צו וויסן אז עס גייט פאר טראבל דארט(וואס דאס איז לכאורה די הויפט סיבה פארוואס מען האט עס ארויסגעטראגן פון שטאט) און יעצט צו ר' יוסף לייבס מעשה. במחולת כבודו הרמה איז ער נישט געמאכט פאר א מנהל. פאר א משגיח מילא אנצוגיסן מיט וואסער ווען א בחור האלט נישט ביים אויפשטיין איז ער אויך אפשר גוט. אבער למעשה איז ער אביסל א ווילדער מענטש(ער איז קע"ה 70 יאר. און ער לויפט ארום ווי א 25 יאריגער משגיח) און די בחורים האבן אים זייער ליב (בדרך כלל)אלס משגיח. אבער נישט אלס מנהל. און גראד ווען די בחורים האבן געהערט אז ער ווערט מנהל האט עס זיי זייער נישט געשמעקט. עס האט נאר אויסגעפעלט איין פונק צו אנצינדן א מחלוקה צווישן די בחורים און רי"ל. און עס איז אנגעקומען ווען ער האט געמאלדן אז ער נעמט נישט צוריק קיין שום חתנים(פאר איינצעלנע האט ער געמאט אן אויסנאם. אפשר 5) האבן די בחורים געזאגט אז זיי גייען נישט איינרוען ווילאנג מען נעמט נישט צוריק אלע(נארמאלע. נישט ליידיגגייער) חתנים און (לויט ווי אימזיסט זאגט) האבן זיי אויסגעפירט. דאס איז די גאנצע. עס האט גארנישט מיט חינוך איינגעלייגט. א בחור בלייבט א בחור. צו לערנט ער אין קווינס צו נייטרא צו ק"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2010 20:28 לינק ישיר 

יישר כח אומזיסט פאר דיין באריכט

 

א קליינע הערה, מיט דיין צווייטע תגובה האסט דיך אביסל פאר'הרג'ט, ווייל משם ראי' אז אין סענז סט. האט אויך פאסירט אזעלכע (אויב נישט ערגערע) פאסירונגען

 

יעצט א הערה צו דיין דריטע תגובה

די פארפוילטע חינוך פון וואס דו רעדסט איז נישט עקסלוסיוו ביי די ארונים, גרעסערע מחנכים פון דיר האבן דאס שוין באוויינט אויף בכלליות סאטמאר.

 

סאטמאר אין אמעריקא איז נתגדל געווארן צו האלטן מלחמה, אנהייב איז געווען מלחמה מיט די ציונים, דערנאך מיט קלז"ב ליבאוויטש וכו' וכו', אין סאטמאר האט מען געלערנט אז מען קען גיין מיט ווייסע בעקיטשע און ווייסע זאקן און זיין א אפיקורס.

יעצט כל זמן די רבי ז"ל האט געלעבט האט מען דעם פראז גענוצט אויף אלע רבי'ס אויף דער וועלט, ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן איז געווארן א ציוני.

לאחר הסתלקותו האבן עס די אינשי דלא מעלי וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט די נייע הנהגה, עס אנגעלייגט אויפן רבין דער ברך משה, מען איז געשטאנען מיט ריזיגע שפאקטיוון 24 שעה א טאג אכטונג צו געבן מען זאל חלילה נישט משנה זיין, און אויב האט מען געבויט קרית ויואל משה האט מען שוין פארפירט ציונות (ווער ס'געדענקט).

יעצט לעומת זה האט מען אין סאטמאר געלערנט אז ווער ס'גייט נישט מיט מיט דיר איז פונקט ווי די ציונים, און דאס האט מען געטון מיט קלז"ב און ליבאוויטש, און אז מען האט געדארפט גיין מלחמה האלטן מיט די אייגענע מחוצפים איז הותרה דמם אזוי ווי די ציונים.

ממילא אלע פראקציעס אין סאטמאר זענען נתגדל געווארן אויף דעם פארנעם, און דערפאר איז דער חינוך ווי אזוי ס'איז, און די זעלבע מעשיות האבן פאסירט בחיים חיותו פון רביה"ק אין סענז סט. דאס זעלבע האט פאסירט אין יעדע שטיקל תקופה די לעצטע 30 יאר.

ובכל זה האט סאטמאר אלעמאל געשריגן זיי זענען די בעסטע און די שענסטע, און זיי בויען אידישקייט אין אמעריקא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 17:12 לינק ישיר 
אין ענגליש זאגט מען "LOL" !!!

אומזיסט כתב:

 צו "נארמאלקייט" (מיטן קוועטש אויף די נו"ן פאר די יוצאי קווינס ווער עס געדענקט...)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 16:19 לינק ישיר 

http://twitpic.com/2z1r61
 
בילד פון שמעון לעבאוויטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 16:13 לינק ישיר 

אין דער טאטע שטייט אין שעפט הויפענעס מיט נחת אז דער זון זיינער גייט אין טאטעס דרכים, ער רירט זיך נישט אוועק קיין זוז כל שהוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 16:07 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
די הויכפונקט איז געווען, ווען איין בחור - איך וועל נישט זאגן זיין נאמען, אבער איינער פון די עוסקים במלחמת הקודש קעגן די מהרסי הדת אין קרית יואל... - האט מיט א גאות דקדושה צושטויסן דעם מסך המבדיל צווישן די עידזשעס, והיה המשכן אחד...

בלילה ההוא, אינמיטן די נאכט האט אים יוסף לייב אנגעכאפט און ארויסגעטראסקעט פון ישיבה מיט די פידזשאמעס...

פאר צווייי טעג איז דער בחור נישט גקומען אין ישיבה. דינסטיג, האט דעם בחור אנגכאפט א חשק צו לימוד התורה, וואס ער האט ממש נישט געקענט פארלעשן, בלית ברירה איז ער געקומען  צוגיין אין ישיבה זיך זעצן לערנען... דא האט  דער שטן -וואס האט, ווייזט אויס,  נישט געקענט פארגינען אז דער בחור וויל לערנען - זיך אריינגעמישט, און די הנהלה האט ארויף גרופן פאבליק סעיפטי - נישט סטעיט פאליס, ווי טייל גרייזיגע באריכטן דא אויפן פארק האבן געלויטעט - און זיי האבן העלדיש פארטיידיגט דעם פלאץ, אז דער בחור זאל נישט וואגן אריינצוקומען אין ישיבה.


 
זיין נאמען איז שמעון בן אברהם משה לעבאוויטש פון אוסטראליע. דער בחור איז פארמישט אין/פירט אן יעדע געשלעג וואס קומט פאר אין קרית יואל קעגן די בני יואל, און הפעם איז אויך אויך געווען פארמישט אין דעם אינערליכן געשלעג. ווי זאגט נאר יענער; האסט טעראריסטן?! עס זייער פירות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 15:31 לינק ישיר 

א הערליכן דאנק פאר ידידינו הרב אומזיסט פאר די רייכע פארש ארבעט און באלערנדן ארטיקל. עס בלייבט נאר איבער צו ענדיגן אזוי ווי דו האסט געענדיגט אז עס איז צום האפן אז די עלטערן וועלן שוין איינזען איינמאל פאר אלעמאל וואספארא קאראפטירטע סיסטעם ווערט געפירט אין יענע ישיבה, און דאס אז ר' אהרן רעדט נישט אריין דערינען, אפילו ער הייסט אין די גאס אפיציעל ראש ישיבה, און אין די מאגאזינען וואו ער לאזט זיך באשרייבן רופט ער זיך דער "אדמו"ר וראש הישיבה", טראץ דעם איז דער הפקרות דארט אויפן העכסטן שטאפל. און עס איז ווייטאגליך צו הערן אז עס האלט שוין ביי אזא מצב היינט אז די בחורים האבן די פולע קאנטראל אויף די הנהלה, וואס דאס איז לכאורה דער גרעסטער הירוס אין חינוך וואס איך נאר שייך כמובן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 08:56 לינק ישיר 

די סיבה וואס כהאב מאריך געווען אביסל, איז קודם כל ווייל "זכות הציבור לדעת". כ'שטעל זיך פאר אז אזוי ווי מיר איז אינטערעסאנט פונקטליכע און קראנטע דעטאלן, איז דא נאך הונדערטער אזאלכע, וואס ווילן  נישט סתם ארויף קומען דא און ליינען אלע אנאליזן און בויך ווייטאגן וואס ווייזן אן אהרנ'ס דורכפעלער, נאר ווילן וויסן דעם אמת דוקא.

צווייטנס, ווייל איך האלט אז עס איז שוין העכסט צייט פאר די אהרונים צו אנערקענען וואסערע פארפוילטע חינוך זיי האבן געגעבן זייערע קינדער אלע יארן, און בעצם געבן זיי עס נאך אלץ. מיט דעם וואס זיי גייען אריין צו ר' אהרנ'ען זיך געזעגענען, און גייען צו זיינע טישן ווי זיי שאקלען זיך מיט א ערנסטקייט, באקומט דאס קינד דעם איינדרוק אז מען קען טאן כל מה שלבו חפץ, און בלייבן א צדיק הדור, און הגה"ק. נו א וואונדער, אז דאס זענען די פירות?

לפי זה קומט אויך אויס א גרויסער לימוד זכות אויף כלל ישראל. א מאנראער בחור צי יוצא, וואס פירט זיך נישט אויף כשורה, איז דאס נישט ווייל חלילה ער איז פארדארבן און נישט ערליך און ער שלאגט כפרות מיט די גאנצע תורה, נאר פשוט, מען האט אים אויסגעלערנט פשוטו כמשמעו: אין עבירה מכבה מצוה. וואס אימער דו טוסט, בלייבסטו ריין, הייליג, ערליך, און דאס בעסטע (אפילו נישט דוקא דאס גרעסטע...).

נאך א נקודה וואס איך נעם ארויס פון די ישיבה בכלל, אז ביי אנדערע זאכן קענען זיי אונז איינרעדן אז זיי זענען כנ"ל דאס בעסטע שענסטע מהודר'דיגסטע פיינסטע, און פונקט אין די ישיבה זענען זיי אזוי אין דער ערד, און זיי קענען זיך נישט אויף הייבן דעם קאפ קעגן אנדערע ישיבות וואס פאמפן סאך ווייניגער ווי זיי? נאר וואס דען, אין ישיבה לערנען בחורים מיט קאמוניקאציע צו די גאס, וואס האלטן נישט ביים נאכטאנצן די ליניע וואס די פארטיי וואלט געוואלט, און זיי וווילן נישט אנשטעלן א פנים ווי אלעס איז גוט, מילא ווערט מען אלעס געוואר, אבער מען קען זיכער זיין אז ווייניגסטנס ביי טייל פון זייערע אינסטיטוציעס זענען זיי פונקט אזוי חרוב ווי די ישיבה, נאר דארט קען מען עס באהאלטן.

סוף דבר: זיי זענען נישט די בעסטע, נישט די שענסטע, נישט די גרעסטע, און נישט די געלונגענסטע!!!

זיי זענען פונקט אזוי קארופטירט אינסייד אוט ווי אנדערע קהילות און מוסדות. (איך מיין נישט פארפוילט, איך מיין אז דער סיסטעם ראנט שוואך און קארופטירט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 08:49 לינק ישיר 

פארגעסן צוצולייגן א וויכטיגע נקודה: פונעם רבי'נס הויז, האט זיך נישט געהערט קיין פיפס די גאנצע צייט. דער רבי האט כלל נישט גענומען קיין שטעלונג אין די נושא.

נ.ב. מסתם וויל אים די הנהלה נישט דערציילן פונקטליך, כדי דעם רבי'נס הקפדה זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד...

(כידוע אז רנ"י פלעגט אלס זיך פרובירן צו ארויסדרייען און נישט זאגן פארן רבי'ן זי"ע קיין נעמען פון בחורים, די הקפדה זאל נישט שאטן)


תוקן על ידי אומזיסט ב- 22/10/2010 08:56:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ערשטהאנטיגער באריכט פון די געשעענישן אין מאנרא מתיבתא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext