בעת וואס אויף היידפארק טוט זיך טענה'רייען און מאכערייקעס פון דעם און פון יענעם, ווען משה'לע און חיי שעה טוישן שוין אויס באשולדיגונגען און סטעיטמענטס איינער אויפן צווייטן וואס ביידע ווייסן אז אלעס וואס זיי זאגן איז שקר ורעות רוח, ודברים שבלבו ולב כל אדם אז ס'האט נישט קיין האפט, און דער פשוטער צוקוקער אין דער זייט איז נייגעריג וואס פומקטליך עס גייט פאר, און אויף וואס ארויף האט רבי שמואל פונם שכינות דיגן פארום געדארפט ריזיקירן זיין אנגעהערשאפט דארט פאר צוויי וואכן... וואס האט אים געברענגט אזוי ארויס צו גיין פון די כלים, מיר אלע ווייסן נישט על מה ומה נטושה המערכה.
איז מיין מנהג איז, צו פרובירן נאכצוגיין די נייעס עד מקום שידי מגעת, און מברר זיין די תבן פונעם בר, און זען פשוט די ריכטיגע פאקטן פאר די אויגן.
ומכאן הקריאה יוצאת: חשוב'ער אנאליז שרייבער, (אדער זיין מענעדזשער...), ביטע, דער עולם איז מער אינטערעסירט צו וויסן דברים כהוויתן, ווי אייער מענעדזשר'ס בויך וויי. ליבערשט נוצט אייער געלונגענעם קיבארד צו דערציילן קראנטע פאקטן, וואס מען זאל נישט דערקענען תיכף אין מקוה דעם אנדערן טאג די פינגערפרינטס פון היידפארק...
(איך האף אז דער נייער פארום וועט אביסל פאריכטן דעם פראבלעם, עכ"פ דאס איז זיין פלאטפארמע, אבער עס קוקט אויס אז ער האלט נאך אינמיטן מברר זיין די ווייץ פרשה פון פאריאר פסח...)
עניוועי, לאמיר שוין צוקומען צום פוינט. איך האב גערעדט מיט 2 בחורים פון מאנרא, און פון זיי צוזאם געשטעלט די פאלגענדע בילד.
די ליינער וועלן נאך זיכער געדענקן, אז די פאריגע וואך דאנערשטיג נאכט איז פלוצים אויף געבראכן געווארן די וואנט פון די קאווע שטובל אין ביהמ"ד בית מרדכי... (מסתמא די מיטל עידזש בעלי בתים האבן דאס געטאן). וכל אופן איז די מעשה אזוי:
זייט מען האט צוטיילט די ישיבה פאריאר, האט מען גענוצט דעם לאנטש רום בנין (דארט ווי די שריפה איז געווען) צוטיילט אין צווייען. העלפט פאר צווייטע עידזש, בהנהלת ר' לוי יצחק בארזעסקי (געווען פאריאר קליפס פון א שמועס זיינע מיט יוסל וואלדמאן) און די צווייטע העלפט פאר דריטע עידזש, בהנהלת דעם לעגענדארן... יוסף לייב קאהן. פארשטייט זיך, אז מען האט פארבויט אינצווישן א גרויסן וואנט - פון שיטראק.
די איצטיגע דריטע עידזש, צווייטע עידזש פון פאריאר האט געהאט גאנץ א שיינע הצלחה, דער מנהל הרב בארזעסקי האט אויסער רעדן מיט יוסל וו"מ געטון נאך זאכן, ער איז א ענרגישער מענטש בטבע, און זיין דעפט. איז געווען די שענסטע אין ישיבה. למעשה יעצט זענען זיי ארויף א עידזש, און אנגעטראפן א נייעם מנהל, יוסף לייב קאהן, ואידך פירושא זיל גמור.
ווי עס קוקט אויס, איז דער עולם נישט געווען שטארק צופרידן מיט דעם מציאות, . און כמנהגן של - מאנרא - בחורים האבן זיי אנגהויבן בונטעווען. די הויכפונקט איז געווען, ווען איין בחור - איך וועל נישט זאגן זיין נאמען, אבער איינער פון די עוסקים במלחמת הקודש קעגן די מהרסי הדת אין קרית יואל... - האט מיט א גאות דקדושה צושטויסן דעם מסך המבדיל צווישן די עידזשעס, והיה המשכן אחד...
בלילה ההוא, אינמיטן די נאכט האט אים יוסף לייב אנגעכאפט און ארויסגעטראסקעט פון ישיבה מיט די פידזשאמעס...
פאר צווייי טעג איז דער בחור נישט גקומען אין ישיבה. דינסטיג, האט דעם בחור אנגכאפט א חשק צו לימוד התורה, וואס ער האט ממש נישט געקענט פארלעשן, בלית ברירה איז ער געקומען צוגיין אין ישיבה זיך זעצן לערנען... דא האט דער שטן -וואס האט, ווייזט אויס, נישט געקענט פארגינען אז דער בחור וויל לערנען - זיך אריינגעמישט, און די הנהלה האט ארויף גרופן פאבליק סעיפטי - נישט סטעיט פאליס, ווי טייל גרייזיגע באריכטן דא אויפן פארק האבן געלויטעט - און זיי האבן העלדיש פארטיידיגט דעם פלאץ, אז דער בחור זאל נישט וואגן אריינצוקומען אין ישיבה. די בחורים האבן לויט ווי מען הערט באזינגען דעם משה לייב מיט די זעלבע פזמון וואס די בני יואל האבן אים באזינגען, אזוי אז ער איז קרח מכאן ומכאן...
עניוועי, דאס איז געווען די לעצטע פונק, וואס האט אויפגעפלאמט א העלישן פייער אין די ישיבה. "קאוד ראדני"... איז אריין אין קראפט. די בחורים האבן אנגעהויבן מיט ראייאטן ממש, ארויסשליידערנדיג יוסף לייב'ס פריוואטע חפיצים פונעם בית מדרש, באגלייט מיט קולות וברקים, אקוראט ווי זייערע טאטס האבן זיי געלערנט. די בחורים זענען נעבעך קיינמאל נישט מחונך געווארן צו "נארמאלקייט" (מיטן קוועטש אויף די נו"ן פאר די יוצאי קווינס ווער עס געדענקט...) זיי האט מען אויסגעלערנט אז ווען מען באקומט נישט עפעס אויפן שיינעם וועג, גייט מען מיט בייזן. די טאטעס האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז זייערע קינדער וועלן אליין פארשטיין ווי איין און ווי אויס, אבער זעט אויס אז כיון שניתן רשות למשחית וכו'.
(אגב דערמאנט דאס מיר א קונטרס וואס קהל האט ארומגעשיקט קעגן בני יואל אין די אנפאנג נו"ן יארן, ווי זיי ברענגען דארט א דרשה פון א תמים דארט וואס זאגט אז ער קען נישט פארשטיין די בני יואל, זייערע קינדער וועלן זיך דאך אפלערנען און שוין נישט מאכן קיין חילוק און וועלן זיין מחוצפים פאר די אייגענע טאטעס... נו שוין ראויים הדברים ל [היאמר על]מי שאמרם...)
צוריק צו די ראייאטן. די גאנצע ישיבה איז געפארן אויף רעדער, אלע עידזשעס זענען געגאנגען כאדאראם, די הנהלה וואס האט זיך פרובירט צו ספראווען מיטן מצב האט ארויסגעווארפן דריי בחורים, אבער סאיז גארנישט בעסער געווארן, אויב עפעס איז עס נאר ערגער געווארן.
די "פיעק" איז זיכער געווען, ווען די בחורים האבן אין א סטראטעגישן שריט פארכאפט קאנטראל פון די פיוז באקס, און פארלאשן אלע לעקטערס פון ביידע עידזשעס. עס איז געווען ביינאט, און דאס האט באדייט אז די ישיבה סדרים זענען אפיציעל געקומען צו א האסטיגן אפשטעל.א גרויסער דיקער שלאס איז ארויף געלייגט געווארן אויפן סוויטש באקס, און... משה זוך מיך.
(הערת המעתיק: איך שטעל זיך פאר אז זייער הארץ האט נישט צו שטארק געקלאפט ביים פארלעשן די לעקטער, נאכן מיטהאלטן א ענליכע דוגמא ביי זייערע ראשים, ואין פוצה פה, האבן זיי זיך דערלערנט דעם מעסעדזש, אז גערעכט טאקע לימוד התורה איז זייער א שיינע זאך, והא ראיה דער פארקינג לאט איז פול דרייע פארטאגס... אבער דאס איז נאר ווילאנג אלעס גייט ווי איך וויל, טאמער וויל איך אבער עפעס אויספירן, איז אויסלעשן די לעקטער א באקוועמער מיטל צו עררייכן דעם ציל, זאל ער זיין וואס ער זיין. פריוואט האלט איך אגב אז זייער ציל איז סאך א וויכטיגערע ווי דוד עקשטיין'ס...)
היות די בחורים זענען פאריאר געווען זייער אין גוטן מיט דעם בארזעסקי'ן הנ"ל, איז ער קודם זיך געקומען בעטן ביי זיי מען זאל כאטש אנצינדן זיינע סוויטשעס פון זיין עידזש. די בחורים האבן אים געענטפערט, אז היות ער האלט זיך זייער בידידות מיט מ. ל. וו., וואוינענדיג מיט אים אין שכינות, זאל ער קודם אים אראפ טראגן פון דארט, ווייל זיין פנים קענען זיי בשום אופן נישט סובל זיין. וכך הוה, דער האט אים אראפגעטראגן, און תפילה עושה מחצה האט ער באקומען לעקטער פאר זיין האלב פונעם בנין.
דער נעקסטער טאג, איז דער רעוואלט ווייטער געבליבן בתוקפו. די הנהלה האט געשיקט אבער דעם בארזעסקי, ער זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די בחורים און די ישיבה. בארזעסקי איז געקומען צו זיי מיט א איידיע, צו מאכן וואלן, און ווער עס קען נישט סובל זיין דעם סיסטעם, זאל ארויף גיין לערנען אין גבוה.
די בחורים האבן אויף דעם געענטפערט, מיר האלטן נישט ביים אוועקגיין פון דא, מיר בלייבן דא צוזאמען. עס איז א קליינע עידזש - פופציג בחורים - און יעדער איינער קאאפערירט מיט די סטראטעגיס וואס די עידזש נעמט אונטער.
למעשה זעענדיג אז עס קומט נישט צו קיין טאלק, האט די הנהלה זיך געבראכן, און נאכגעגעבן אלע פארלאנגען פון די בחורים.
אט איז דער אפמאך וואס איז אויסגעהאמערט געווארן: יוסף לייב קאהן וועט האבן נאר א טיטל אן א מיטל. מאיר צוויבל איז אריין געקומען פאר מנהל אום אפיציעל, און וועט דארט זיין א גאנצן טאג, (א חלק פון זיין ארבעט איז מסתם זיכער צו מאכן אז יוסף לייב דרייט זיך דארט ווי ווייניגער...). די בחורים האבן געפאדערט ווי א תנאי קודם למעשה אז אלע זייערע חבירים זאלן שיין צוריק אנגענומען ווערן, וכך הוה, אלע - ממש אלע, אריין גערעכנט דער וואס האט אויף געבראכן די וואנט - זענען שיין צוריק אין ישיבה, ברום המעלה.
און דאן, נאך א שווערן אויסמאטערנדיגן טאג, איז די פיוז באקס פריי געווארן, און די לעקטער איז צוריק איינגעשטעלט געווארן אין בית מדרש.
די בחורים האבן דערקלערט א פולשטענדיגן זיג!!!
גייענדיג צום דרוק, קומט די נייעס אז ר' שלמה רובין האט ביי זיין שיעור מוחה געווען בכל תוקף קעגן די אנומעלטע געשעענישן. "דאס וואס האט נעכטן פאסירט , איז א אויסדרוקליכע הירוס התורה!" האט ער אויס געשריגן מיט פאטאס.
דאקעגן, איז דער בחור וואס האט אויף געבראכן די וואנט, און דערמיט אנגעהויבן די זיגרייכע מערכה, ציטירט געווארן: "עס איז נישט קיין כבוד פארן רבי'ן, אז יוסף לייב קאהן זאל זיין מנהל!" סתם ולא פירש.