די וואך איז ארויפגעקומען א אשכול דא אינם פורום וועגן א בריוו וואס "תלמידי וחסידי טאהש" האבן געשריבן אין וואס סאטמארע קהלה (זאלוינים) ווערט אינטערגעריסן.
איך וועל פארציילן פארן פאבליק וואס דא שפילט זיך אפ און איך וועל פראבירן מסביר זיין די אינטערשיד צווישן טאהש און אנדערע חסידות'ן עד כמה שידי מגעת.
טאהש איז א שם דבר אין די וועלט פאר תורה עבודה און גמילת חסדים, "טאהש קודש" איז שוין א דערהער פון 30 און 40 יאר צוריק. נישט בחינם האט זיך טאהש ערווארבן אזא מדרגה.
ווען מען קוקט אויף די לויף פון אסאך צענדליגע יארן, ווערט זייער קלאר פארוואס טאהש פארדינט זיך אזא כבוד און שעצונג ביים ציבור.
ביי יעדע חסידות מאכן זיך במשך 40 יאר פראבלעמען און אפילו שמוציגע מעשיות. די נפק"מ איז ווי אזוי די זאך ווערט באהאנדלט.
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז "דער איידעם" פארטראגט זיך נישט מיטן שווער (די רבי), עס האט זיך געמאכט אין סאטמאר, עס מאכט זיך יעצט אין סערט וויזניץ וכדו'.
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים פארטראגן זיך נישט מיט די קינדער פון רבין. עס האט זיך געמאכט אין סאטמאר, עס האט זיך געמאכט אין באבוב, עס האט זיך געמאכט אין וויזיניץ וכדו'
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים האבן טענות קעגן די קהלה, עס האט זיך געמאכט כמעט אין יעדע קהלה
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז די קהלה רופט אדער ווערט גערופן אין ערכאות של עכו"ם
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז יחידים הייבן אן א ווידרשטאנג קעגן די קהלה און אמאל קעגן דעם רבי'ן זעלבסט
עס מאכט זיך אין אסאך פלעצער אז די קהלה טוט זאכן וואס פאר די דרויסענדע וועלט זעט דאס אויס אפגעפרעגט אבער באמת איז די קהלה 100% גערעכט
מיט וואס איז טאהש אנדערש פון אלע קהלות? (זאגט מיר נישט אז זיי זענען די זעלבע ווייל איר האט נאך נישט געהערט וואס איך וויל זאגן)
ווער איז יחזקאל אייזנער?
פארוואס איז דא א בריוו ווי תלמידי וחסידי טאהש רייסן אינטער א קהלה קדושה בישראל?
וואס האט געברענגט דעם בריוו?
אויף די אלע שאלות וועט איר געפינען די תשובה דא אין דעם אשכול
איך בעט זייער שטארק דער עולם זאל מיר נישט איבערהאקן, איך פלאן דא במשך א לענגערע צייט אויסצושמועסן "טאהש" און אלעס דערין, מיר וועלן אנקומען צו אלעם אי"ה.
אויב האט איר שאלות אדער איר ווילט איך זאל שרייבן וועגן א ספעציפישע אינצידענט קענט איר שיקן אין אישי אדער צו מיין אימעיל אדרעס
[email protected]
ביטע האקט נישט אריין אינמיטן דעם אשכול ביז איך ווער פערטיג, אויב וועל איך האבן צייט היינט וועל איך נאך אנהייבן היינט, אויב נישט וועט דאס זיין זינטאג אי"ה