למכה מצרים בבכוריהם: הופפער שלעגעריי פארשטערקערט
ווי יעדער האט געהערט איז פאריגע וואך געווען לעבעדיג און הופפער ווען די ארונים האבן זיך ארום געריסען פאר א אפענע ספר תורה רח"ל (אזא זאך וואס איז ליידער א אפטע פאסירונג ביי זיי) די געשלעג האט אויסגעבראכן נאך וואס מען האט פרובירט שטיל צו מאכן די שמיעסערס ביי קריאת התורה, יואלי קויפמאן האט זיי געבעטען אז היות דעם היינטיגע וואך איז דא א גרויסע צאל געסט צוליב די רעקארד פינף באווארפענס, עס פאסט נישט אז ווען זיי זעהן א ציבור וואס מכלומר'שט זענען שטארק צוגעבינדן און פאלגן אלעס וואס דער בעל הספרינטער הייסט (ווי למשל צאהלען עס זאל נישט זיין יחוד גזילה, מצה גזילה, בענטשן 11 אזייגער, נישט עסען די שטיין זאלץ פלייש, זיצן אויפן כלי, שארן די בארד למחצה לשליש ולרביע א.א.וו.) און וואס וועט מען זאגן אז טראץ די ברעטשערייען שבת שובה אז מען שטעלט א נייע וועד וואס וועלן אפוואכט געבן מ'זאל נישט שמיעסן מיט דעם אלעם איז נאך אלץ אזעלכע גרידער? די געסט וועלן נישט מער גלייבן אז עכט די רא"ט יא די גרעסטע רבי ווייל נאר אים פאלגט מען.
וואס האט פאסירט נאכדעם ווייסט אויך שוין יעדער, מער האט נישט אויבגעפעלט איינער האט אראפגעצויגן קויפמאן'ס טלית, א צווייטער זיין קאפל, קויפמאן איז נישט שולדיג געבליבן, עס איז אנטשטאנען א איבערקערעניש, די הייליגע רבי מענדעלע איז געשטאנן אויפן באלעמער דערשראקן, עס האט זיך פאר אלע אנוועזענדע געדאכט ווי מען איז און ראדני צעהן יאר צוריק.
די וואך זענען פארגעקומען היציגע אסיפות וואס מען זאל טין, דאס איז די רעזולטאטן...
נ.ב. פאר די חלה דעקלעך זאג איך שוין אז די זאלי'ס האבן געמאכט די צעטל ווייל באמת איז גארנישט פארגעגאנגען
 |
|
|