פארוואס "דער בלאט" קומט מער נישט אריין צו מיר אינדערהיים
את חטאי אני מזכיר, מיין ווייב קויפט כמעט יעדע וואך די בלאט, ווייל ווי באקאנט, זענען זיי זייער פרויען געשטימט, זיי מאכען זיכער אז די פרויען פילען זיך היימיש דארט און אז זיי פארשטייען יעדע שטיקל נייעס, ווייל דאס איז זייער מעין בעיס. און זיי מאכען יעדע קליינע ניייעס אויסזעהן גאר ערנסט מיט גרויסע דראמאטישע העדליינס אז די פרויען און קינדער זאלען דאס גלייכען. און ליידער האט זיך מיין ב"ב צוגעכאפט דערצו און קויפט דאס כמעט יעדע וואך.
אבער היינט האט זיך דאס אלעס געענדיגט (האפענטליך), ווען איך בין געזיצען ביי מיין שבתדי'גע סעודה ארומגענומען מיט די קינדער, נאכדעם וואס מיין ב"ב האט סערווירט די טשאלענט,האט מיין גרויס יונגעל זיך אנגערופען "מאמי! די טשולענט איז דעמם גיט!" מיין ב"ב אין איך האבען זיך אנגעקוקט איינע דעם צווייטען ווי צו זאגען, ווען האט ער אונז געהערט רעדען אזוי?! דאס איז א שפראך וואס נידריגע שווארצע גוים ניצען! איך דריי מיך אויס צו אים און פרעג אים וואס די ווארט "דעמם" מיינט, מישט ער מיר אויף די עדיטאריעל אין בלאט און ווייזט מיר ווי זיי זענען מסביר וואס די ווארט מיינט (לויט זיי הייסט דאס אין אידיש שפראך "משוגע"...)
איך האב עס אפאר מאל איבערגעליינט און נישט געגלייבט אז דאס איז א היימישע צייטונג וואס איך האלט אין די האנט, זיי זענען מסביר א ווארט וואס אפילו נארמאלע גוי'שע צייטונגען שרייבען נישט ארויס. ווען א גוי מיט וועם איך ארבעט זאגט ארויס די ווארט DAMN IT ווען ער רעגט זיך אויף, זאגט ער נאכדעם EXCUSE MY LANGUAGE .
האבען זיי טאקע נישט קיין שום ערענסטע מענטש אין די רעדאקציע וואס קוקט איבער זייער ארבעט? ווען זייערע מענטשען ליינען דאס האבען זיי נישט קיין שום קשיות? עס איז מיר באמת א ווינדער ווי אזא גרויסע צייטונג קען צוגעוואונען מענטשען צו רעדען אזא פראסטע שפראך, (איידל גערעדט), און מען הערט נישט קיין שום קול מחאה.
נשלח ב-25/10/2010 20:26
יכול
יישר כח פארן אריינסקענען
איך זע נישט דער בלאט יעדע וואך, איך בין געווען זיכער אז עפעס א אלטער בחורל האט זיך צופירקלט אין בלאט אפיס און דער מגיה איז די וואך געווען אויף וויקאציע איז אריינגעפאלן אזא טעות
אבער ליינענדיג דעם המשך הדברים, קען איך דיר איין זאך זאגן, ביסט גוט דעמם!
צבי'קעלע, בני יואל ווייסט נישט וואס די ווארט מיינט, ווייל אין אדם רואה נגעי עצמו...
אונזער דור וואס אין דבריו נשמעין איז נישט קיין נייער, מימות משה רבינו איז דאס מדה רעה וואס איז איינגעווארצלט ביי מענטשן צו טון פארקערט ווי דער מנהיג הייסט, ליידער דעם דברי יואל איז אויך אין דבריו נשמעין מיט בחירות וכו'
ווער רעדט נאך די וואס טראגן מיטן עירוב...
נשלח ב-25/10/2010 19:08
דער וואס האט גע'אסרט דעם בלאט האט אויך גע'אסערט די מוסדות בני יואל. און ביי ביידע איסורים האט ער ליידער נישט מצליח געוועהן מיט'ן איסור. ס'איז ליידער א דור אין דבריו נשמעין בעווה"ר. ס'איז געבליבן דער בלאט צו ליינען ווער ס'וויל ווייל די בלאט איז א דע'עם דע'עם צייטונג כמעט אזוי די דע'עם דשואיש פרעס. אין די מוסדות בני יואל וואקסן און בליען כאטש זיי ווייסן גארנישט וואס איז דער באדייט פונעם ווארט דע'עם.
נשלח ב-25/10/2010 17:47
איך האב נישט קיין ווערטער אויף דיר.... דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס די פראבלעם מיט דעם ארטיקל איז?? מילא דו ווילסט אראפרייסן די בלאט, פיין, איך הער! ס'איז נישט געלונגען פאר 10 יאר צוריק, און די איד לויפט נעבעך אויסגעבן שווערע טויזענטערס נאך צו קאפיען, נו, פראבירט מען דעם וועג.. וואס איז אבער די פראבלעם מיט דעם ארטיקל?? איך זעה גארנישט שלעכט דערמיט! א חוץ אויב דו האסט געזוכט אנצוקאטשקענען היידפארק מיט דיינע בויך קרעמפען!
נשלח ב-25/10/2010 16:29
עטליכע האבען מיר געבעטען אין אישי ארויפצולייגען א קאפיע פון דעם בלאט.
נשלח ב-25/10/2010 00:36
נעבעך ווילאנג גייט עטס וויינען אויף ענקער דורכפאל איך געדענק נאך ווען ענקער פירער האט זיך געשוואירען האט ביז א וואך 2 איז עס פארמאכט ווען ער האט געזעהן ווי ער האלט האט ער שנעל געמאכט א איסור בשם דעם רבי'ן בעל ברך משה ז''ל אין היינט צו טאגס..... איז דער איד פארנומען צו אינוועסטירן שווערע אלפים אין זייער צייטונג זיי זאלען קענען צוקומען נענטער צו די נומבער קאפיעס וויפיל דער בלאט פארקויפט, אין דערווייל לייגט ער זיך אליין יש''כ בריווען וועכענטליך...
אבי האסט געטראפען א גיטע תירוץ ''פרויען געשטימט'' ווייל לויט דעם איז דער איד - איידעל גערעדט, ''אנטיסענמיטיש געשטימט'' אגב, ווער עס קען אריינסקענען די פול פעיזש עד פין דער איד די וואך בנוגע די וואלן זאל מהנה זיין דעם ציבור
נשלח ב-24/10/2010 22:07
אהה, ווער האט געגלייבט אז 2010 וועט מען זיך טעהנ'ן אויף היידפארק איבער די עטיטאריעל אין בלאט. . .
נישט דאס איז געווען די פלאן משה, ווען די רבי האט דאס געאסר'ט און מחרים געווען ארגער ווי ציונות, הא?. . .
ברוך הוא... והבדילנו מן התועים..... און אונז געגעבן די שכל הישר אויפן פלאץ!
נשלח ב-24/10/2010 16:33
מיינע קינדער וועל איך ווייטער לאזן לייענען דער בלאט, און איך מיין אז ווען קינדער דארפן טרעפן אזוינע לשונות זיך אויסצודרוקן אויפן טשולנט איז דער פראבלעם עלטער ווי דער בלאט. אבער איך האלט אויך אז דער עדיטאריעל איז נישט געווען צו דער זאך, עס האט נישט אויסגעפעלט קיין הסברים אויף אזא ווארט. . .
נשלח ב-24/10/2010 07:05
ווארט אביסעלע איך בין זיכער אז דיין לישקע וואס איז מוחה אויף קלענערע עוולהס וועט זיכער מוחה זיין אויף אזא גרויסע עבירה וואס איז גרעסער אפילו ווי גיין אין בגץ עס איז גרעסער ווי דיין רעבי"ס "וועקי" אוישספרעך אין גרעסער ווי דיין שמשון יעקבס איידעל געשפרעך וואס דרייט זיך ארום איך האף אז דיינע קינדער זאלען נישט בטעות דאס הערען סא אז די ווילסט אפהיטען דיין משפחה פין אימאיידעלקייט זאלסטי לאזען ליינען נאר "דעם' איד
נשלח ב-24/10/2010 06:38
דאס פרובירט מען שוין 10 יאר נאך וואס די ברך משה האט עס געאסר'ט?...
זייער שוואך... אויף דעם האט משה זיך געשוואוירן אז די בלאט גייט זיך פארמאכן?....
ווי זאגט נאר דיין גוי פון די ארבעט ווען ער רעגט זיך אויף?... DAMN IT....!