חיים העללער בעל תפילה בביהמ"ד הג' דקיט"ל קרית יואל
די וועלטס בארימטע חזן הנגיד חיים העללער האט אראפגעלייגט א הערליכע דאווענען דעם שבת און גרויסען שול און קרית יואל, ער איז געקומען פאר א שמחה
נשלח ב-23/10/2011 20:38
חיים העללער אין ראדני דעם חוה"מ פאר א ברית פון א אייניקל
נשלח ב-27/10/2010 20:46
באקומען אין אישי:
כזעה דו ווייסט נישט
די וואך האט געדאוונט פארן עמוד מוסף אין ביהמ"ד הגדול א
זוהן פון ר' יחזקאל כהנא, א מגי"ד אין קווינס
נשלח ב-27/10/2010 19:42
חכם איינער, א פארברענטער זאלי גייט נישט אויף הופפער, אבער סתם זאליס האבן שוין פלענטי דארט געדאווענט, למשל אהרן הערש פריינד האט שוין געדאווענט אין הופפער.
נשלח ב-27/10/2010 18:52
אדרבה לאמיר הערען, וועלעכע פארברענטע זאליס האבן שוין געדאווענט פארן עמוד ביי ענק?
נשלח ב-25/10/2010 16:46
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. חיים העלער האט גארנישט געטון שלעכטס פאר ענק(אויב רעכנט מען אז הופער באדערט ענק בכלל נישט און די הונדערטער מסירות איז געווען פאר ליידיגגין...) ר' עזריאל גליק איז געזיצן א שיינע פאר יאר ביי אונז אין ביהמ"ד און זיך געהאט זיינע כיבודים(ידיד נפש יעדע וואך מנחה יו"כ און נאך) טראץ דעם וואס ער האט אריינגעטראגן א קלאגע אין בג"ץ אנטקעגן אונז(איך גיי זיך נישט טענה'ן ווער עס איז לכתחלה אריין ווייל איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן. אבער למעשה האט "ער" געעפנט א קלאגע קעגן אונז בשעת ער זיצט ביי אונז און האט כל הכבוד
סא זאג מיר ווער עס איז דער "גוטער" דא. און ווייניג מאל קומען געסט אין ביהמ"ד הגדול פארברענטע זאליס און זיי באקומען דעם דאווענען?
נשלח ב-25/10/2010 15:43
ר' חיים העללער האט היינט געזאגט אז אויב די זאליס פרייען זיך אזוי שטארק צו זיין דאווענען איז ער גרייט צו פארן צו זיי איינמאל א חודש דארט דאווענען.
נשלח ב-25/10/2010 06:05
פריינדליך דיין פוינט געפעלט מיר אבער איך זע דא אביסל אנדערע פוינטס
די זאליס זענען נישט קיין חיות והאחרון חביב, אז ער האט פון ר' מאיר נישט געהערט אלס זיינע לעצטע ווערטער אז די זאליס זענען מוסרים... (קוק נאך ענקערע אלטע אשכולות).
נשלח ב-25/10/2010 06:01
די פוינט: חיים העלער איז א זאלי....
נשלח ב-25/10/2010 03:00
ברעכטץ קאפ ס'איז שטארק נוגע מיין איך
נשלח ב-25/10/2010 02:52
ער רעדט לכאורה פונעם ביהמ"ד אויף 5 גארפיעלד 1) ווייל די גרויסע ביהמ"ד אויף 12 גארפיעלד ווערט אנגערופן "ביהמ"ד הגדול", אן קיין קיט"ל צונאמען א.ד.ג. 2) דאס אז ר' חיים העללער האט געדאווענט אויף 12 גארפיעלד פעלט לכאורה בכלל נישט אויס קיין העדליינס