בית פורומים אידישע געדאנק

וואס האבן די דעקלעך געלערנט פון די מתיבתא ראיאטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/10/2010 04:44 לינק ישיר 
וואס האבן די דעקלעך געלערנט פון די מתיבתא ראיאטן

קודם האבן זיי פראבירט מיט אלע כוחות צו לייקענען, ווען די בילדער האבן אנגעהויבן ארויסקומען האבן זיי לכתחילה געשריגן אז ס'איז "אלטע" בילדער, נאכן בלייבן אן תירוצים האבן זיי אנגעהויבן דרייען מיטן צינג אז "סקען" זיך מאכן אויך אין באבוב...

אחרי ככלות הכול ווען מען קען שוין נישט לייקענען איז געווען ערווארטעט אז זיי וועלן אנהייבן ארויסנעמען א מעסעדש אויף ווייטער, אפשר טוישן די חינוך סיסטעם, אפשער אראפנעמען אביסל פון די מאס חוצפה וואס זיי באקן אריין אין די בחורים, אפשר נישט ניצן בחורים נאכצושרייען אינגע ווייבלעך אלס זונה'ס אין די גאסן פון מאנרא, אפשר נישט שיקן די בחורים ווארפן בילדער פון נשים מיט מיסע אויפשריפטן. אפשר סטאפן די פאני קאלס אינמיטן די נאכט צו פריש פארהייראטע קאפלס. וכו' די ליסט איז צו גרויס איך זאל קענען רעכענען...

דערווייל האבן די אהרוינים געכאפט די "אמתע" בראך... הפנים די בחורים האבן טוויטער אקאונטס!...

האבן זיך צוזאמענגעזעצט די חכמי חלם, די גשמיות'דיגע הנהלה רוחנית פון די מתיבתא צו טרעפן א עצה.

איך האב ערהאלטן פון מיין קראספעדאנט א הערליכער באריכט פונם מיטינג נאר איך האב נישט קיין געדולד אפצוטייפן דאס גאנצע. איך וועל נאר ארויסברענגען דעם עיקר רעזולוציע פונם מיטינג.

דער הויפט רעדנער איז געווען דשאנקי זויפער ער האט געמאכט קולות אז ער האט אריינגעלייגט מעכטיגע כוחות אז בארדיטשוב זאל זיין פארמאכט במשך די גאנצע 48 שעה וואס די אויפשטאנד איז אנגעגאנגען, ער האט געמאכט זיכער אז פאבליק סעפטי רירט זיך נישט אוועק פון דארט כדי מען זאל נישט קענען כאפן קיין בילדער און פארשפרייטן. דערווייל האבן בחורים פון אינעווייניג ארויסגעגעבן די בילדער מיט זייערע טוויטער'ס. ער האט פארשאלטן די בחורים צו שבעה מדורי גהינום (ער ווייסט נעבעך נישט אז זיין צוקומפטיגער איידעם איז פון די וואס ער האט פארשאלטן...) ער האט געשריגן אז וועט דאס סטאפן מיט אלע כוחות און צוזאמען מיט די טוויטער אקאונטס וועט אויך אינטערגיין זייער הייד פארק פורום כל העולם כולו.

שמואל בדחן האט אים אויפגעקלערט אז קיין סאך ברירות איז נישט דא, אויב וויל מען די בחורים זאלן בלייבן געטריי צום פארטיי קען מען נישט אומגיין שטרענג מיט זיי. האט דשאנקי זויפער געזאגט אז ער וועט געבן $200 פאר יעדע בחור וואס וועט פריי-וויליג אויפגעבן זיין בלעק בערי. שמאול בדחן האט געכאפט דאס קאדאכעס ער האט געציטערט אז דאס זאל נאר נישט פאסירן, ער דארף הייד פארק ווי לופט צום אטעמען. אן הייד פארק בלייב דער בלאט א חוזק, ער וועט נישט האבן פון ווי צו נעמען יעדע וואך פרישע געבעקסן צו געשמאקע צו-נעמען. האט ער ברוב פקחותו איבעגעקלוגט דעם זויפער. ער האט געזאגט אז מען קען קויפן א בלעק בערי פאר $150 און די בחורים וועלן מאכן געלט אויף זויפער'ס חשבון.

צום סוף האט זויפער אויפגעגעבן און שמואל בדחן האט מנצח געווען דורך א פרישע חכמה. ער גייט עפענען טוויטער גרופס וואס וועלן אויסזען ווי קווינס!... א וואשענער איינפאל, אויף זיין חלה דעקל מוח האט זיך נישט געלייגט דאס ליצנות דערפון, ער האט נעבעך געמיינט אז ס'איז א געוואלדיגער המצאה.

זיין ערשטע מפלה איז געווען דעם פרייטאג. ער האט ארויפגעלייגט א בילד פון א בחור וואס טרינק ברוינפן פון א פלעשל כאילו ער איז יענעמ'ס חבר און זיי שיקן זיך איינס דעם צווייטן מעסעדשעס... ער האט נעבעך נישט געכאפט אז איינער האט אים גוט אריינגעשלעפט אין זעקל, דאס בילד וואס יענער האט אים געשקיט איז א "מאנרא בחור"! ער האט מוצאי שבת ביים זמן אראפגעריקט דעם בילד. ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכיה דאס צו זען.

עס איז צום האפן אז דער וואס האט צוגעפיקסט שמואל בדחן איז אינזער'ס א מענטש און וועט נאך פובליצירן דעם בילד. ווייל ס'קען זיין אז זויפער האט אלס נקמה אים געוואלט צופיקסן און די בילד קומט פון זויפער.

דערווייל וועלן מיר לאזן די חלמ'ע קהלה עפנען טוויטר'ס און מיר וועלן פלאצן פון קנאה אויף ר' אהרנ'ס ספרינטער מיט די שפאגל נייע דשענערעטאר'ס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 02:56 לינק ישיר 

וואס איז פארגעקומען היינט יום ב' חיי שרה אין די מתיבתא?
דא אין בארא פארק שמועסט מען אז ווניטריאל האט געהאט א געפעכט מיט א בחור אין די בילדינג.

איז דאס אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 18:31 לינק ישיר 

א אלטע מעשה, זיי טוען עס שוין לאנגע יארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 05:34 לינק ישיר 

אויב ווילט איר נאך א געשמאק שטיקל טפשות פונם בדחן, נאַט אייך

אין א צווייטע טוויטער גרופ וואס ער האט געפענט שרייבט ער אויף א מגיד שיעור אז ער איז שוין א גאנצע וואך נישט אין ישיבה צוליב גל שטיינער (רח"ל) ער רייסט אריין א פעסטע קללה אינם חשוב'ן מגיד שיעור.

אלס ס'זאל אויסזען כאילו קווינס איז "גארנישט בעסער" ווי מאנרא.

וואס דער לעמעלע האט נישט געכאפט איז אז ער איז אינגאנצן אראפ פון די שינעס ווייל יעדער בחור אין ישיבה ווייסט אז ס'איז נישט אמת.

ער האט געהערט עפעס האלבע ווערטער און געלאפן שרייבן...

דער מגיד שיעור איז טאקע נישט געווען אין ישיבה מאנטאג פאר איין טאג, אבער דער חולם האט ארויסגעשיקט דעם מעסעדש דאנערשטאג און ער שרייבט אז ער פעלט שוין א גאנצע וואך...

דערנאך בעט דער שוטה אז מען זאל אים שיקן "אינטערסאטנע בילדער" פון ישיבה... כאילו די בחורים דרייען זיך מיט סעל פאונס אזוי ווי אין מאנרא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס האבן די דעקלעך געלערנט פון די מתיבתא ראיאטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext