בית פורומים אידישע געדאנק

מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/10/2010 18:13 לינק ישיר 
מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור

ווען די מאנרא צייטנוגען זורנאל\בולעטין וכדו' קומען אן אויף פאסט בחינם אפילו נאכן בעטן צענדליגע מאל זיי זאלן אויפהערן באוואשן די פאסט קעסטלעך. בלייבט גאנץ קרית יואל געפלעפט פון די קדושה און גדלות בתורה וואס די איינשטימיגער רב פון שטאט פארמאגט...

עס ווערט א בחינה פון מלאך רע בעל כרחך יענה אמן. עס איז נישט מעגליך זיך קעגן שטעלן דעם פאקט אז ר' אהרן איז א הגה"ק, פארפאלן דער דריטער רייך פראפעגאנדע מיניסטער געבעלעס ימ"ש איז געווען גערעכט.

עס דערמאנט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט.

א חסיד פון א געוויסער רבי זאגט פאר זיין חבר

- מיין רבי איז א בעל רוח הקודש
- פון ווי ווייסטו? - פרעגט דער חבר
- מיין רבי האט אליינס געזאגט!
- און אפשר איז דיין רבי א ליגנער?
- עה קען נישט זיין - ענטפערט דער חסיד - ס'קען נישט זיין אז א רבי וואס האט רוח הקודש זאל זאגן ליגענט...

הכלל, נאך אזוי פיל מאל חזר'ן דאס קדושה פרישות און התמדת התורה פונם גראבען יונג בלייבט נאר איין ברירה, דאס איז גלייבן אז זיינע חסידים זאגן נישט קיין ליגענט (א זאך אין וואס זיי זענען גראדע יא גאר שטארק אויסגעצייכענט)...

אלע שאלות אין די וועלט וואס ער ווערט נישט אנגעפרעגט, ווערט גלייך באשאפן א מעשה אז די גדולי הפוסקים האבן אים גערופן פרעגן... און די ביסט א שוטה אויב די גלייבסט נישט.

איין שאלה וואס א 13 יעריגער בחור'ל האט אים געפרעגט איז געבליבן אומפארענטפערט ביז ער האט ערהאלטן א "מנהג ישראל תורה". און די שאלה האבן זיי טאקע נישט אריינגעלייגט אין זייער הייד פארק פורום און אויך נישט אין זייערע צייטונגען.

אנגעהויבן האט זיך די שאלה נאך הושענא רבה, ווען א 13 יעריגער בחור האט געפרעגט דעם חכם הרזים הגאון האדיר משה פריעדמאן פון ב"פ דער נאכשלעפער פון הרב לייכטאג אינם בארא פארקער קאטשקע בוטשער... דער גאון האדיר האט געזאגט אז ער דארף דורכטין די שאלה און ער וועט צוריק רופן מיט א תשובה, אבער דערווייל איז יו"ט אנגעקומען און קיין תשובה איז  נישט געקומען... שמחת תורה צופרי אינמיטן ליינען איז דער 13 יעריגער יתום צוגעגאנעגן צום פוסק הדור הגה"ק און אים געפרעגט "היות מיין טאטע איז אוועק וואלט איך געדארפט זאגן יזכור אבער מיין מאמע האט נאכאמאל חתונה געהאט ממש פאר יו"ט דעריבער האב איך שוין א נייע טאטע, וויל איך וויסן אויב איך דארף נאך אלס זאגן יזכור?

הגה"ק איז געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, ער דרייט זיך אויס צום רויטן פיש כאפער און רוימט אים אריין אין אויער מיט אויפברויז "די האסט מיר געווארנט נישט צו ענטפערן קיין שאלות נאר אויב איך ווייס פאראויס אז מען גייט רעדן דערוועגן און איך האב צייט זיך פארצוקוקן, פארוואס האסטו אים צוגעלאזט?" דער פיש כאפער ענטפערט מיט א גלייך גילטיקייט, "אזא קליינע שאלה האבן איך געטראכט אז די רבי קען ענטפערן גלייך..."

הגה"ק הייבט זיך אן דרייען א נערוועזער און בעט א  משנה ברורה, נאכן דורכזיכן דעם גאנצן מפתח, בלייבט ער מיטן צינג אינדרויסן, ער שטאמלט ארויס "ס'דא וואס פסק'נען אזוי און ס'דא וואס פסק'נען אזוי"...

צום סוף האט ער אויפגעשפרינגען מיט שמחה און געבעט אן "מנהג ישראל תורה"... דארט וועט ער זיכער טרעפן, אזוי ווי ער הייבט אן צו זיכן, זעט ער דארט אז שמחת תורה זאגט מען נישט קיין יזכור בכלל.... און האט אפגעאטעמט...


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 25/10/2010 18:19:18




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 18:26 לינק ישיר 

גאנץ גוט...


תוקן על ידי zibala ב- 25/10/2010 18:26:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 18:48 לינק ישיר 

איך האב די מעשה אליינס געהערט פונם בחור. חיי_שעה האט אביסל פארדרייט די פאקטן.

דער בחור פארציילט אז ער האט זיך געשעמט צו פרעגן ווייל ער האט שוין געוויסט פון א חבר א יתום אז מען זאגט ווייטער יזכור, ער זיין מאמע א פרויענישע עם הארץ'טע האט אים געצווינגן צו פרעגן, האט ער גערופן אויפן טעל צום דיין פון די קאטשקע בוטשער.

יו"ט ווען הגה"ק האט געבעטן א מנהג ישראל תורה האט ער דאס למעשה נישט באקומען נאר יושע ברעטל (מענדלאוויטש, ברעטל על שם זיין זיך שלאגן פארן ברעטל יעדן ראש חודש אין ישיבה) האט געזען אז ס'טוט זיך איז ער געקומען צו לויפן און ווען ער האט געהערט די שאלה האט ער תיכף געזאגט אז מען זאגט נישט קיין יזכור שמחת תורה  און הגה"ק האט שטארק אפגעאטעמט.

איך האלט אויך ווי חיי אז יושע איז א פוסק הדור...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 20:20 לינק ישיר 

גערעכט... ר' אהרן וואס לערנט שוין 45 יאר וויפיל ער קען(איך האף אז דו לייקנסט עס נישט ווייל אזא מצה טאש האלט איך נישט אז דו ביסט. קוק אויף זיינע הוראות קוק ווי ער לערנט) און רז"ל וואס מען האט זיך נאר געזען דרייען און שמועסן מיט די בחורים איז א ת"ח עצום! וואס זאל איך טון מיר לעבן היינט אין א דור ווי מען זעט אפענע ניסים... מען קען זאגן איין ווארט אויפן פותח האשכול"חלה דעקל" יעדע אשכול וואס ווערט געעפנט אין כל העולם קומט א נקמה אשכול פון חיי שעה אין קינדישן געדאנק נ.ב. עטס מוזט נישט ענטפערן. איך באגניגן מיך מיט חלה דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 20:58 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
נ.ב. עטס מוזט נישט ענטפערן.

 נישטא אויף וואס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:31 לינק ישיר 

בג"ץ. דאס איז מיר שוין נישט בייגעפאלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext