בית פורומים כל העולם כולו

גאנץ בארא פארק באחדות צו שטיצן דען דאנעווען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/10/2010 21:13 לינק ישיר 
גאנץ בארא פארק באחדות צו שטיצן דען דאנעווען


נאך אביסל א שווערע יאר אין בארא פארק בנושא פון אחדות, האבן זיך נעכטען אלע מוסדות התורה אין בארא פארק מאחד געווען צו שטיצן 1 קאנדידאט פארן אטורני דזעשנערל אמט ארויס צו ווייזן די אידישע בלאק וואט כח

נעכטען איז דער קאנדידאט אריבער באזוכן אלע מנהלי המוסדות און דערנאך איז געווען א מיטינג אין זאל הילמאן פלאזא

דאס מאל איז זייער וויכטיג די אחדות נאכדעם וואס ביי די לעצטע וואלן טאג צווישן גרינפעלד מיט לאזאר איז געווען אביסל חילוקי דיעות  האבן ביידע צדידים מחליט געווען צוריק צו פאראייניגען דעם כח פון היימישען ציבור אין בארא פארק






















תוקן על ידי Donovan10 ב- 25/10/2010 21:22:27




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 16:35 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 16:27 לינק ישיר 


ב"ה נאך עטליכע מיטינגען די לעצטע טעג האבן אלע מנהלי ועסקני הקהילות זיך צוזאם גענומען צו קאמפיינען די לעצטע 3 טעג ביז דינסטאג ארויס צו ברענגען יעדע איינציגע שטימע און באווייזען איינמאל פאר אלעמאל דער כח פון דעם בארא פארק'ער ציבור, אזוי אז יעדער קאנדידאט זאל וועלן און מיזן קומען אויף בארא פארק קאמפיינען כבשנים קדמוניות.

און אז למשל דער גאווענער קאנדידאט קאמאו זאל נישט האבן אריין געטרעטען אין בארא פארק קאמפיינען דאס ווייזט די קליינע בלאק וואט כח און מיטן ארויס גיין שטימען וועט יעדער מיזן קומען קאמפיינען און רעדן מיט די היימישער צו באקומען זייערע שטימע'ס

געדענקט א שטימע פאר דאנעווען, איז א שטימע פאר דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 21:30 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=20882&cat_id=11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 18:04 לינק ישיר 

יושע
להוי ידוע, די הנהלה פין וויליאמסבורג (וועלכע האט אויך ארויסגהאלפן שניידערמאן ביי די פריימערי'ס זייער אסאך) איז געזיצן מיט די הנהלה פין קרית יואל אריינגערעכנט העסקן ר' יעקב ישראל פריינד אסאך שעות,
אין ב''ה קיינער ברוגז'ט נישט קיינעם
ס'איז לכתחילה אפגעמאכט אז אין ברוקלין וועט מען זיך צושטעלן צו די לאקאלע יודישע עסקנים אין שטומען פאר דאנעווען
 אין אין קרית יואל וועלן זיי שטויצן שניידערמאן אלס הכרות הטוב אין נאנטע ראילעישאנשיפ.

איך ווייס נישט אויב די שפילסט אדער אויב די ביזט פין די וואס ווילן ארויסלייגען די אייגענע פראבלעמן ברבים
אבער אין מציאות לעבסטו דא אין גרויסע דמיונות, יעדער פארשטייט דעם צווייטען,
 אין פרעג העסקן ר' יעקב ישראל פריינד וויפיל געלט ער האט באקומען פין ''ווילאמסבורגע עסקנים'' פאר שניידערמאן'ס קאמפיין,
ע''כ תושבי ברוקלין געדענק צו שטומען קומענדיגע דינסטוג פאר דאנעווען אין תושבי ק''י זאלען שטומען פאר שניידערמאן
ובשם ד' נעשה ונצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 16:27 לינק ישיר 


איין באשעפער ווייסט וואס די ווילסט דא פונקליך

איך שרייב גאנץ בארא פארק ענפערסטו נישט גאנץ נאר סאטמאר און באבוב
ווייז איך דיר אז גער מיט בעלזא מיט מונקאטש מיט באיאן מיט קראסנא וכו' שטיצן עם אויך ענפערסטו קרית יואל

איך פארשטיי נישט דיינע מוטיווען אבער אז דיין מטרה איז צו צוברעכן די אידישע בלאק וואט מיט שטותים פרשטיי איך וואס די ווילסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 03:00 לינק ישיר 

קיין ליצנות זאלסטו נישט מאכען

איך בין נישט קיין פאליטישאן ב"ה אין אויך ליידער נישט קיין עסקן, אבער איך האב געליינט אין צייטונג אז שניידערמאן זאגט צו צו
העלפען היימישע פרומע חינוך מיט שכר לימוד
רעפובליקאנער זענען גוט אין פעדעראל אין שטאט נאר דעמאקראטען.

די סאטמארער עסקנים פון וויליאמסבורג וואס האבען געמאכט די אסיפה ווילען בסך הכל ארויסשטעקען די אויגען פון די סאטמארער עסקנים פון קרית יואל וואס שטיצען שניידערמאן מיט געלט{כל שמעתי ממקור די נאמן} פארוואס ווייסט איין באשעפער

אז עסקנים קומען צו א אסיפה מיינט נאך נישט אז זיי שטיצען איהם ווייז מיר חתימות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 02:42 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 02:35 לינק ישיר 


איך פארשטיי דיין ווייטאג אבער במציאות זענען געווען ביי די פארטי זונטאג פרשת חיי שרה אין הילמאן פלאזא די ראשי מוסדות סאטמאר בעלזא גער באבוב באבוב מונקאטש ביאן סעקיווער פאפא קראסנא וויען בית יעקב אור משה גן ישראל ועוד ועוד
און ב"ה האבן זיך אלע פאראייניגט צי ווייזן די בלאק וואט פון דעם היימישער ציבור אין ב"פ און ווילאמסבורג, אויב געפעלט דיר עס נישט טו וואס די ווילסט אבער זיין א אשר קרחה איז די מדה פון עמלק
מיר וועלן זען קומענדיגע דינסטאג נאכט אויב דאס איז נאר א מיעוט שבמיעוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 02:09 לינק ישיר 

איך זע נישט דא מיר ווי סאטמאר מיט באבוב
דאס איז גאר א קליינע פראצענט פון מוסדות התורה?:

בפרט די ווייסט דאך יא אז סאטמאר גייט גיין מיט איינען גייט א פראקציע גיין מיט א צווייטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 19:53 לינק ישיר 


דער ציבור'ס אחדות קאנדידאט דאנעווען ביי א מיטינג מיט עסקנים און מנהלים פון ווילאמסבורג






















דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 22:50 לינק ישיר 

טאקע זייער שיינע בילדער פון אהרן וועלץ מיט ברוך מרדכי גאלדבערגער, מיט חזקי ראזנעבערג און העשי דעמביצער, און די מיטיניג און די קראסנא אפיס, אבער אחדות איז נישטא, קיינער האט אים נישט אינדארסירט, מען פיטערעט דעם עולם שטותים, אסאך עסקנים פון בארא פארק שטיצען שניידערמאן, איך וויס נישט וואס איז די גדולה פון דעם דאנווען,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גאנץ בארא פארק באחדות צו שטיצן דען דאנעווען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext